במִדְבר לג
לג
מַסְעֵי
1דאָס זײַנען די ציִונגען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם לױט זײערע מחנות אונטער דער האַנט פֿון משהן און אַהרֹנען. 2און משה האָט פֿאַרשריבן זײערע אַרױסגאַנגען אױף זײערע ציִונגען לױט דעם מױל פֿון ה׳; און דאָס זײַנען זײערע ציִונגען אין זײערע אַרױסגאַנגען:
3זײ האָבן געצױגן פֿון רַעְמסֵס אין ערשטן חודש, אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון ערשטן חודש; אױף מאָרגן נאָכן קָרבָּן-פֶּסַח זײַנען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אַרױסגעגאַנגען מיט אַ הױכער האַנט פֿאַר די אױגן פֿון גאַנץ מִצרַיִם, 4בעת די מִצרַיִם האָבן געהאַלטן אין באַגראָבן די װאָס ה׳ האָט דערשלאָגן צװישן זײ – איטלעכן בכוֹר; און אױך אױף זײערע ג‑טער האָט ה׳ געטאָן אַ משפּט. 5און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געצױגן פֿון רַעְמסֵס, און גערוט אין סוכּוֹת. 6און זײ האָבן געצױגן פֿון סוכּוֹת, און גערוט אין אֵתָם װאָס בײַם עק מדבר. 7און זײ האָבן געצױגן פֿון אֵתָם, און זיך אומגעקערט צו פּי-הַחירוֹת װאָס פֿאַר בַעַל-צפֿון, און גערוט פֿאַר מִגדוֹל. 8און זײ האָבן געצױגן פֿון פּנֵי-הַחירוֹת, און זײַנען אַריבערגעגאַנגען דורכן ים צום מדבר; און זײ זײַנען געגאַנגען דרײַ טעג װעגס אין מדבר אֵתָם, און האָבן גערוט אין מָרָה.
9און זײ האָבן געצױגן פֿון מָרָה, און זײַנען געקומען קײן אֵילִם; און אין אֵילִם זײַנען געװען צװעלף קװאַלן װאַסער און זיבעציק טײטלבײמער; און זײ האָבן דאָרטן גערוט. 10און זײ האָבן געצױגן פֿון אֵילִם, און גערוט בײַם ים-סוףֿ. 11און זײ האָבן געצױגן פֿון ים-סוףֿ, און גערוט אין מדבר סין. 12און זײ האָבן געצױגן פֿון מדבר סין און גערוט אין דָפֿקָה. 13און זײ האָבן געצױגן פֿון דָפֿקָה, און גערוט אין אָלוש. 14און זײ האָבן געצױגן פֿון אָלוש, און גערוט אין רפֿידים; און דאָרטן איז נישט געװען קײן װאַסער פֿאַרן פֿאָלק צום טרינקען. 15און זײ האָבן געצױגן פֿון רפֿידים, און גערוט אין מדבר סינַי. 16און זײ האָבן געצױגן פֿון מדבר סינַי, און גערוט אין קִבֿרוֹת-הַתַּאֲוָה. 17און זײ האָבן געצױגן פֿון קִבֿרוֹת-הַתַּאֲוָה, און גערוט אין חַצֵרוֹת. 18און זײ האָבן געצױגן פֿון חַצֵרוֹת, און גערוט אין רִתמָה.
19און זײ האָבן געצױגן פֿון רִתמָה, און גערוט אין רִמוֹן-פֶּרֶץ. 20און זײ האָבן געצױגן פֿון רִמוֹן-פֶּרֶץ, און גערוט אין לִבֿנָה. 21און זײ האָבן געצױגן פֿון לִבֿנָה, און גערוט אין רִסָה. 22און זײ האָבן געצױגן פֿון רִסָה, און גערוט אין קהלָתה. 23און זײ האָבן געצױגן פֿון קהלָתה, און גערוט בײַם באַרג שֶפֿר. 24און זײ האָבן געצױגן פֿון באַרג שֶפֿר, און גערוט אין חַרָדָה. 25און זײ האָבן געצױגן פֿון חַרָדָה, און גערוט אין מַקהלוֹת. 26און זײ האָבן געצױגן פֿון מַקהלוֹת, און גערוט אין תַּחַת.
27און זײ האָבן געצױגן פֿון תַּחַת, און גערוט אין תֶּרַח. 28און זײ האָבן געצױגן פֿון תֶּרַח, און גערוט אין מִתקָה. 29און זײ האָבן געצױגן פֿון מִתקָה, און גערוט אין חַשמוֹנָה. 30און זײ האָבן געצױגן פֿון חַשמוֹנָה, און גערוט אין מוֹסֵרוֹת. 31און זײ האָבן געצױגן פֿון מוֹסֵרוֹת, און גערוט אין בנֵי-יַעֲקָן. 32און זײ האָבן געצױגן פֿון בנֵי-יַעֲקָן, און גערוט אין חוֹר-הַגִדגָד. 33און זײ האָבן געצױגן פֿון חוֹר-הַגִדגָד, און גערוט אין יָטבֿה. 34און זײ האָבן געצױגן פֿון יָטבֿה, און גערוט אין עַבֿרוֹנָה. 35און זײ האָבן געצױגן פֿון עַבֿרוֹנָה, און גערוט אין עֶציוֹן-גֶבֶֿר. 36און זײ האָבן געצױגן פֿון עֶציוֹן-גֶבֶֿר, און גערוט אין מדבר צִין, דאָס איז קָדֵש. 37און זײ האָבן געצױגן פֿון קָדֵש, און גערוט בײַם באַרג הוֹר, אין עק פֿון לאַנד אֶדוֹם.
38און אַהרֹן דער כּהן איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג הוֹר, לױט דעם מױל פֿון ה׳, און ער איז דאָרטן געשטאָרבן, אין דעם פֿערציקסטן יאָר נאָך דעם װי די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם, אין פֿינפֿטן חודש, אין ערשטן טאָג פֿון חודש. 39און אַהרֹן איז געװען הונדערט און דרײַ און צװאַנציק יאָר אַלט, װען ער איז געשטאָרבן אױפֿן באַרג הוֹר. 40און דער כּנַעֲני, דער מלך פֿון עַרָד, װאָס איז געזעסן אין דָרום, אין לאַנד כּנַעַן, האָט געהערט װעגן דעם קומען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
41און זײ האָבן געצױגן פֿון באַרג הוֹר, און גערוט אין צַלמוֹנָה. 42און זײ האָבן געצױגן פֿון צַלמוֹנָה, און גערוט אין פֿונוֹן. 43און זײ האָבן געצױגן פֿון פֿונוֹן, און גערוט אין אוֹבֿוֹת. 44און זײ האָבן געצױגן פֿון אוֹבֿוֹת, און גערוט אין עִיֵי-עַבֿרים, בײַם געמאַרק פֿון מוֹאָבֿ. 45און זײ האָבן געצױגן פֿון עִיִים, און גערוט אין דיבֿוֹן-גָד. 46און זײ האָבן געצױגן פֿון דיבֿוֹן-גָד, און גערוט אין עַלמוֹן-דִבֿלָתַיִם. 47און זײ האָבן געצױגן פֿון עַלמוֹן-דִבֿלָתַיִם, און גערוט אין די בערג פֿון עַבֿרים, פֿאַר נבֿוֹ. 48און זײ האָבן געצױגן פֿון די בערג פֿון עַבֿרים, און גערוט אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ בײַם יַרדן לעבן יריחוֹ. 49און זײ האָבן גערוט בײַם יַרדן, פֿון בֵית-ישימוֹת ביז אָבֿל-שִטים אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ.
50און ה׳ האָט גערעדט צו משהן אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ בײַם יַרדן לעבן יריחוֹ, אַזױ צו זאָגן: 51רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איר גײט אַריבער דעם יַרדן קײן לאַנד כּנַעַן, 52זאָלט איר פֿאַרטרײַבן אַלע באַװױנער פֿון לאַנד פֿון פֿאַר אײַך, און איר זאָלט אונטערברענגען אַלע זײערע בילדער, און אַלע זײערע געגאָסענע געצן זאָלט איר אונטערברענגען, און אַלע זײערע בָמות זאָלט איר פֿאַרטיליקן. 53און איר זאָלט פֿאַרנעמען דאָס לאַנד, און זיך באַזעצן דרינען, װאָרעם אײַך האָב איך געגעבן דאָס לאַנד, עס צו אַרבן. 54און איר זאָלט אַרבן דאָס לאַנד דורך גורל, לױט אײַערע משפּחות; דעם מערערן זאָלט איר געבן מער נחלה, און דעם װינציקערן זאָלסטו געבן װינציקער נחלה. דאָרטן װוּ זײַן גורל װעט אױספֿאַלן, זאָל געהערן צו אים; לױט אײַערע פֿאָטערשטאַמען זאָלט איר אײַך אַרבן.
55און אױב איר װעט נישט פֿאַרטרײַבן פֿון פֿאַר אײַך די באַװױנער פֿון לאַנד, װעלן די װאָס איר װעט איבערלאָזן פֿון זײ, זײַן פֿאַר דערנער אין אײַערע אױגן, און פֿאַר שטעכערס אין אײַערע זײַטן, און זײ װעלן אײַך דריקן אין דעם לאַנד װאָס איר זיצט דרינען. 56און עס װעט זײַן, אַזױ װי איך האָב געדאַכט צו טאָן צו זײ, װעל איך טאָן צו אײַך.
Selectat acum:
במִדְבר לג: OYTORAH
Evidențiere
Copiază
Compară
Împărtășește
Dorești să ai evidențierile salvate pe toate dispozitivele? Înscrie-te sau conectează-te
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025