במִדְבר לד
לד
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2באַפֿעל די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איר קומט קײן לאַנד כּנַעַן, זאָל דאָס זײַן דאָס לאַנד װאָס װעט אײַך פֿאַלן פֿאַר אַ נחלה – דאָס לאַנד כּנַעַן לױט אירע געמאַרקן: 3די דָרום-זײַט זאָל אײַך זײַן פֿון מדבר צִין לעבן אֶדוֹם, און דער געמאַרק פֿון דָרום זאָל אײַך זײַן פֿון עק יַם-הַמֶלַח, צו מזרח. 4און דער געמאַרק זאָל זיך אױסדרײען בײַ אײַך צו דָרום פֿון דעם אױפֿגאַנג פֿון עַקרַבים, און אַריבערגײן קײן צִין; און זײַן אױסלאָז זאָל זײַן אין דָרום פֿון קָדֵש-ברנֵעַ; און ער זאָל אַרױסגײן צו חַצַר-אַדָר, און אַריבערגײן ביז עַצמוֹן. 5און דער געמאַרק זאָל זיך אױסדרײען פֿון עַצמוֹן צום טײַך פֿון מִצרַיִם; און זײַן אױסלאָז זאָל זײַן בײַם ים. 6און דער געמאַרק פֿון מערבֿ זאָל אײַך זײַן דער יַם-הַגָדול מיטן ברעג; דאָס זאָל אײַך זײַן דער געמאַרק פֿון מערבֿ. 7און דאָס זאָל אײַך זײַן דער געמאַרק פֿון צפֿון: פֿון יַם-הַגָדול זאָלט איר אײַך צײכענען ביז דעם באַרג הוֹר. 8פֿון באַרג הוֹר זאָלט איר צײכענען ביז מע קומט קײן חַמָת; און דער אױסלאָז פֿון דעם געמאַרק זאָל זײַן בײַ צדָד. 9און דער געמאַרק זאָל אַרױסגײן בײַ זִפֿרוֹן, און זײַן אױסלאָז זאָל זײַן חַצַר-עֵינָן. דאָס זאָל אײַך זײַן דער געמאַרק פֿון צפֿון. 10און איר זאָלט אײַך צײכענען פֿאַרן געמאַרק פֿון מזרח פֿון חַצַר-עֵינָן ביז שפֿם.
11און דער געמאַרק זאָל אַראָפּנידערן פֿון שפֿם ביז רִבֿלָה, אין מזרח פֿון עַיִן; און דער געמאַרק זאָל אַראָפּנידערן און זיך אָנשטױסן אָן דעם באַרגרוקן פֿון ים כִּנֶרֶת, צו מזרח. 12און דער געמאַרק זאָל אַראָפּנידערן צום יַרדן, און זײַן אױסלאָז זאָל זײַן דער יַם-הַמֶלַח. דאָס זאָל אײַך זײַן דאָס לאַנד לױט אירע געמאַרקן רונד אַרום.
13און משה האָט באַפֿױלן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז דאָס לאַנד װאָס איר זאָלט עס זיך אַרבן לױט גורל, װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן צו געבן צו די נײַן שבֿטים און דעם האַלבן שבֿט. 14װאָרעם דער שבֿט פֿון די קינדער פֿון ראובֿן לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, און דער שבֿט פֿון די קינדער פֿון גָד לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, האָבן געקריגן, און האַלב שבֿט מנַשֶה האָבן געקריגן, זײער נחלה. 15די צװײ שבֿטים און דער האַלבער שבֿט האָבן געקריגן זײער נחלה פֿון דער זײַט יַרדן לעבן יריחוֹ, צו מזרח, צו זונאױפֿגאַנג.
16און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 17דאָס זײַנען די נעמען פֿון די מענער װאָס זאָלן אַרבן פֿאַר אײַך דאָס לאַנד: אֶלעָזָר דער כּהן, און יְהוֹשועַ דער זון פֿון נון. 18און איר זאָלט נעמען צו אײן פֿירשט, צו אײן פֿירשט פֿון אַ שבֿט, צו אַרבן דאָס לאַנד. 19און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די מענער: פֿאַר שבֿט יהוּדה, כָּלֵבֿ דער זון פֿון יפֿונֶהן. 20און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון שמעון, שמוּאֵל דער זון פֿון עַמיהודן. 21פֿאַר שבֿט בנימין, אֶלידָד דער זון פֿון כִסלוֹנען. 22און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון דָן, דער פֿירשט בוקי דער זון פֿון יָגלין. 23פֿאַר די קינדער פֿון יוֹסף: פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון מנַשֶה, דער פֿירשט חַניאֵל דער זון פֿון אֵפֿוֹדן; 24און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון אפֿרים, דער פֿירשט קמואֵל דער זון פֿון שִפֿטָנען. 25און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון זבֿולון, דער פֿירשט אֶליצָפֿן דער זון פֿון פּרנָכן. 26און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון יִשׂשָׂכָר, דער פֿירשט פַּלטיאֵל דער זון פֿון עַזָנען. 27און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון אָשֵר, דער פֿירשט אַחִיהוּד דער זון פֿון שלוֹמין, 28און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון נַפֿתָּלי, דער פֿירשט פּדָהאֵל דער זון פֿון עַמיהודן. 29דאָס זײַנען די װעמען ה׳ האָט באַפֿױלן צו מאַכן אַרבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אין לאַנד כּנַעַן.
Selectat acum:
במִדְבר לד: OYTORAH
Evidențiere
Copiază
Compară
Împărtășește
Dorești să ai evidențierile salvate pe toate dispozitivele? Înscrie-te sau conectează-te
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025