YouVersion
Pictograma căutare

במִדְבר לב

לב
1און די קינדער פֿון ראובֿן און די קינדער פֿון גָד האָבן געהאַט פֿיל פֿיך, זײער אַ סך, און זײ האָבן געזען דאָס לאַנד יַעְזֵר און דאָס לאַנד גִלעָד, ערשט דער אָרט איז אַן אָרט פֿאַר פֿיך. 2זײַנען די קינדער פֿון גָד און די קינדער פֿון ראובֿן געקומען, און זײ האָבן געזאָגט צו משהן, און צו אֶלעָזָר דעם כּהן, און צו די פֿירשטן פֿון דער עדה, אַזױ צו זאָגן: 3עַטָרוֹת, און דיבֿוֹן, און יַעְזֵר, און נִמרָה, און חֶשבוֹן, און אֶלעָלֵה, און שׂבֿם, און נבֿוֹ, און בעוֹן, 4דאָס לאַנד װאָס ה׳ האָט געשלאָגן פֿאַר דער עדה פֿון יִשׂרָאֵל, איז אַ לאַנד פֿאַר פֿיך, און דײַנע קנעכט האָבן פֿיך. 5און זײ האָבן געזאָגט: אױב מיר האָבן געפֿונען חֵן אין דײַנע אױגן, זאָל דאָס דאָזיקע לאַנד געגעבן װערן דײַנע קנעכט צום אײגנטום; זאָלסט אונדז נישט אַריבערפֿירן דעם יַרדן.
6האָט משה געזאָגט צו די קינדער פֿון גָד און צו די קינדער פֿון ראובֿן: אײַערע ברידער זאָלן גײן אין מלחמה, און איר זאָלט זיצן דאָ? 7און פֿאַר װאָס זאָלט איר אָפּקערן דאָס האַרץ פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון אַריבערצוגײן אין דעם לאַנד װאָס ה׳ האָט זײ געגעבן? 8אַזױ האָבן געטאָן אײַערע עלטערן, װען איך האָב זײ געשיקט פֿון קָדֵש-ברנֵעַ אָנצוקוקן דאָס לאַנד. 9װאָרעם זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען ביזן טאָל אֶשכּוֹל, און האָבן אָנגעקוקט דאָס לאַנד, און זײ האָבן אָפּגעקערט דאָס האַרץ פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, נישט צו גײן אין דעם לאַנד, װאָס ה׳ האָט זײ געגעבן. 10און דער צאָרן פֿון ה׳ האָט געגרימט אין יענעם טאָג, און ער האָט געשװאָרן, אַזױ צו זאָגן: 11אױב די מענטשן װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, װעלן אָנזען די ערד, װאָס איך האָב צוגעשװאָרן צו אבֿרהמען, צו יִצחָקן, און צו יעקבֿן! װײַל זײ זײַנען נישט געגאַנגען געטרײַ נאָך מיר. 12אַחוץ כָּלֵבֿ דער זון פֿון יפֿונֶהן, דער קנִזי, און יְהוֹשועַ דער זון פֿון נון, װײַל זײ זײַנען געגאַנגען געטרײַ נאָך ה׳. 13און דער צאָרן פֿון ה׳ האָט געגרימט אױף יִשׂרָאֵל, און ער האָט זײ געמאַכט װאָגלען אין דער מדבר פֿערציק יאָר, ביז דער גאַנצער דור װאָס האָט געטאָן דאָס שלעכטס אין די אױגן פֿון ה׳, איז פֿאַרלענדט געװאָרן. 14און אָט זײַט איר אױפֿגעשטאַנען אױף דעם אָרט פֿון אײַערע עלטערן, אַ געזינדל פֿון זינדיקע מענטשן, נאָך צוצולײגן צו דעם גרימצאָרן פֿון ה׳ אױף יִשׂרָאֵל. 15װאָרעם אַז איר קערט זיך אָפּ פֿון הינטער אים, װעט ער זײ װידער לאָזן אין דער מדבר, און איר װעט אומברענגען דאָס דאָזיקע גאַנצע פֿאָלק.
16האָבן זײ גענענט צו אים, און האָבן געזאָגט: שאָפֿגעהעפֿטן פֿאַר אונדזער פֿיך װעלן מיר דאָ בױען, און שטעט פֿאַר אונדזערע קלײנע קינדער. 17אָבער מיר אַלײן װעלן זײַן גרײט באַװאָפֿנט פֿאַרױס פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, ביז װאַנען מיר האָבן זײ געבראַכט אױף זײער אָרט; און אונדזערע קלײנע קינדער װעלן זיצן אין די באַפֿעסטיקטע שטעט פֿון װעגן די באַװױנער פֿון לאַנד. 18מיר װעלן זיך נישט אומקערן אין אונדזערע הײַזער, ביז די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אַרבן איטלעכער זײַן אַרבונג. 19װאָרעם מיר װעלן נישט אַרבן מיט זײ אױף יענער זײַט יַרדן און װײַטער, װײַל אונדז איז אָנגעקומען אונדזער אַרבונג אױף דער זײַט יַרדן, צו מזרח.
20האָט משה צו זײ געזאָגט: אױב איר װעט טאָן די דאָזיקע זאַך, אױב איר װעט אײַך באַװאָפֿענען פֿאַר ה׳ס אָנגעזיכט אױף מלחמה, 21און אַלע באַװאָפֿנטע פֿון אײַך װעלן אַריבערגײן דעם יַרדן פֿאַר ה׳ס אָנגעזיכט, ביז ער פֿאַרטרײַבט זײַנע פֿײַנט פֿון פֿאַר אים, 22און דאָס לאַנד װעט באַצװוּנגען װערן פֿאַר ג-טס אָנגעזיכט, און איר װעט זיך דערנאָך אומקערן, װעט איר זײַן רײן פֿאַר ה׳ און פֿאַר יִשׂרָאֵל, און דאָס דאָזיקע לאַנד װעט אײַך זײַן צום אײגנטום פֿאַר ה׳. 23אױב אָבער איר װעט אַזױ נישט טאָן, אַזױ האָט איר געזינדיקט פֿאַר ה׳, און זײַט װיסן אײַערע שטראָף װאָס װעט אײַך טרעפֿן. 24בױט אײַך שטעט פֿאַר אײַערע קלײנע קינדער, און געהעפֿטן פֿאַר אײַערע שאָף, אָבער װאָס איז אַרױס פֿון אײַער מױל זאָלט איר טאָן.
25האָבן די קינדער פֿון גָד און די קינדער פֿון ראובֿן געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: דײַנע קנעכט װעלן טאָן אַזױ װי מײַן האַר באַפֿעלט. 26אונדזערע קלײנע קינדער, אונדזערע װײַבער, אונדזער פֿיך, און אַלע אונדזערע בהמות, װעלן זײַן דאָרטן אין די שטעט פֿון גִלעָד; 27אָבער דײַנע קנעכט, איטלעכער באַװאָפֿנטער צום חיל, װעלן אַריבערגײן פֿאַר ה׳ס אָנגעזיכט אױף מלחמה, אַזױ װי מײַן האַר רעדט.
28און משה האָט באַפֿױלן װעגן זײ אֶלעָזָר דעם כּהן, און יְהוֹשועַ דעם זון פֿון נון, און די הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, 29און משה האָט צו זײ געזאָגט: אױב די קינדער פֿון גָד און די קינדער פֿון ראובֿן, איטלעכער באַװאָפֿנטער אױף מלחמה, װעלן אַריבערגײן מיט אײַך דעם יַרדן פֿאַר ה׳ס אָנגעזיכט, און דאָס לאַנד װעט באַצװוּנגען װערן פֿאַר אײַער אָנגעזיכט, זאָלט איר זײ געבן דאָס לאַנד גִלעָד צום אײגנטום.
30אױב אָבער זײ װעלן נישט אַריבערגײן באַװאָפֿנט מיט אײַך, זאָלן זײ קריגן אײגנטום צװישן אײַך אין לאַנד כּנַעַן.
31האָבן זיך אָפּגערופֿן די קינדער פֿון גָד און די קינדער פֿון ראובֿן, אַזױ צו זאָגן: װאָס ה׳ האָט גערעדט צו דײַנע קנעכט, אַזױ װעלן מיר טאָן. 32מיר װעלן אַריבערגײן באַװאָפֿנטע פֿאַר ה׳ס געזיכט, אין לאַנד כּנַעַן, און דאָס אײגנטום פֿון אונדזער נחלה פֿון דער זײַט יַרדן זאָל בלײַבן בײַ אונדז.
33און משה האָט זײ, די קינדער פֿון גָד און די קינדער פֿון ראובֿן און דעם האַלבן שבֿט פֿון מנַשֶה דעם זון פֿון יוֹספֿן, געגעבן דאָס קיניגרײַך פֿון סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, און דאָס קיניגרײַך פֿון עוֹג דעם מלך פֿון בָשָן, דאָס לאַנד לױט אירע שטעט מיט די געמאַרקן, די שטעט פֿון דעם לאַנד רונד אַרום. 34און די קינדער פֿון גָד האָבן אָפּגעבױט דיבֿוֹן, און עַטָרוֹת, און עַרוֹעֵר, 35און עַטרוֹת-שוֹפֿן, און יַעְזֵר, און יָגבהָה, 36און בֵית-נִמרָה, און בֵית-הָרָן; באַפֿעסטיקטע שטעט מיט געהעפֿטן פֿאַר שאָף.
37און די קינדער פֿון ראובֿן האָבן אָפּגעבױט חֶשבוֹן, און אֶלעָלֵא, און קִריָתַיִם, 38און נבֿוֹ, און בַעַל-מְעוֹן – מיט אומגעביטענע נעמען – און שִׂבֿמָה; און זײ האָבן אָנגערופֿן מיט נעמען די שטעט װאָס זײ האָבן אָפּגעבױט. 39און די קינדער פֿון מָכיר דעם זון פֿון מנַשֶהן זײַנען געגאַנגען קײן גִלעָד, און זײ האָבן עס באַצװוּנגען, און האָבן פֿאַרטריבן דעם אֶמוֹרי װאָס דרינען. 40און משה האָט געגעבן גִלעָד צו מָכיר דעם זון פֿון מנַשֶהן, און ער האָט זיך באַזעצט דרינען. 41און יָאיר דער זון פֿון מנַשֶהן איז געגאַנגען און האָט באַצװוּנגען זײערע דערפֿער, און ער האָט זײ גערופֿן חַווֹת-יָאיר. 42און נוֹבֿח איז געגאַנגען און האָט באַצװוּנגען קנָת מיט אירע טעכטערשטעט; און ער האָט זי גערופֿן נוֹבֿח אױף זײַן נאָמען.

Evidențiere

Copiază

Compară

Împărtășește

None

Dorești să ai evidențierile salvate pe toate dispozitivele? Înscrie-te sau conectează-te