YouVersion
Pictograma căutare

במִדְבר יח

יח
1און ה׳ האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: דו און דײַנע זין און דאָס הױז פֿון דײַן פֿאָטער מיט דיר, זאָלט טראָגן די זינד פֿון דעם הײליקטום, און דו און דײַנע זין מיט דיר זאָלט טראָגן די זינד פֿון אײַער כּהונה. 2און אױך דײַנע ברידער, דעם שטאַם לֵוִי, דעם שבֿט פֿון דײַן פֿאָטער, מאַך גענענען מיט דיר, און זײ זאָלן זײַן באַהעפֿט צו דיר, און דיך באַדינען; און דו און דײַנע זין מיט דיר זאָלט זײַן פֿאַר דעם געצעלט פֿון צײגנים. 3און זײ זאָלן היטן דײַן היטונג, און די היטונג פֿון גאַנצן געצעלט, אָבער צו די הײליקע כּלים און צום מזבח זאָלן זײ נישט גענענען, כּדי זײ זאָלן נישט שטאַרבן, אי זײ אי איר. 4און זײ זאָלן זײַן באַהעפֿט צו דיר, און היטן די היטונג פֿון אוֹהל-מוֹעד בײַ איטלעכן דינסט פֿון געצעלט; און אַ פֿרעמדער זאָל נישט גענענען צו אײַך. 5און איר זאָלט היטן די היטונג פֿון הײליקטום, און די היטונג פֿון מזבח, כּדי עס זאָל מער נישט זײַן אַ צאָרן אױף די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 6און איך, זע, האָב גענומען אײַערע ברידער די לוִיִים פֿון צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; אײַך אַ מתּנה זײַנען זײ געגעבן פֿאַר ה׳, צו דינען דעם דינסט פֿון אוֹהל-מוֹעד. 7און דו און דײַנע זין מיט דיר זאָלט אָפּהיטן אײַער כּהונה בײַ איטלעכער זאַך פֿון מזבח און אינעװײניק פֿון פּרוֹכֶת, און טאָן דעם דינסט; אַ דינסט פֿאַר אַ מתּנה גיב איך אײַך די כּהונה, און דער פֿרעמדער, װאָס גענענט, זאָל געטײט װערן.
8און ה׳ האָט גערעדט צו אַהרֹנען: און איך, זע, האָב דיר געגעבן די היטונג פֿון מײַנע אָפּשײדונגען; פֿון אַלע געהײליקטע זאַכן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָב איך זײ געגעבן פֿאַר אַ חלק צו דיר און צו דײַנע קינדער פֿאַר אַן אײביקן רעכט. 9דאָס זאָל געהערן צו דיר פֿון די הײליקסטע הײליקײטן, פֿון די פֿײַעראָפּפֿער: אַלע זײערע קָרְבֳנוֹת, פֿון אַלע זײערע שפּײַזאָפּפֿער, און פֿון אַלע זײערע זינדאָפּפֿער, און פֿון אַלע זײערע שולדאָפּפֿער, װאָס זײ צאָלן אָפּ צו מיר; אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס, פֿאַר דיר און פֿאַר דײַנע קינדער. 10אַזױ אַ הײליקסטן זאָלסטו עס עסן; איטלעכער מאַנספּאַרשױן מעג עס עסן; הײליק זאָל עס זײַן פֿאַר דיר. 11און דאָס געהערט צו דיר: די אָפּשײדונג פֿון זײער גאָב בײַ אַלע אױפֿהײבונגען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; צו דיר האָב איך זײ געגעבן, און צו דײַנע זין און צו דײַנע טעכטער מיט דיר, פֿאַר אַן אײביקן רעכט; איטלעכער װאָס איז רײן אין דײַן הױז מעג עס עסן. 12אַל דאָס בעסטע פֿון אײל, און אַל דאָס בעסטע פֿון װײַן און תּבֿואה, דאָס ערשטע דערפֿון װאָס זײ גיבן צו ה׳, דאָס האָב איך געגעבן צו דיר. 13די ערשטצײַטיקע פֿון אַלץ װאָס אין זײער לאַנד, װאָס זײ ברענגען צו ה׳, זאָלן געהערן צו דיר; איטלעכער װאָס איז רײן אין דײַן הױז מעג עס עסן. 14איטלעכע חרם-זאַך אין יִשׂרָאֵל זאָל געהערן צו דיר. 15איטלעכס װאָס עפֿנט דעם טראַכט, פֿון יעטװעדער באַשעפֿעניש װאָס מע ברענגט צו ה׳, פֿון אַ מענטשן און פֿון אַ בהמה, זאָל געהערן צו דיר; אָבער אױסלײזן זאָלסטו לאָזן אױסלײזן דעם בכוֹר פֿון אַ מענטשן; אױך דעם בכוֹר פֿון אַן אומרײנער בהמה זאָלסטו לאָזן אױסלײזן. 16און זײער אױסלײז – פֿון אַ חודש אַלט זאָלסטו לאָזן אױסלײזן – זאָל זײַן לױט דײַן שאַצונג, פֿינף שֶקל זילבער, אױפֿן הײליקן שֶקל, דאָס איז צװאַנציק גֵרָה. 17אָבער אַ בכוֹר פֿון אַ רינד, אָדער אַ בכוֹר פֿון אַ שעפּס, אָדער אַ בכוֹר פֿון אַ ציג, טאָרסטו נישט לאָזן אױסלײזן; זײ זײַנען הײליק. זײער בלוט זאָלסטו שפּרענגען אױפֿן מזבח, און זײער פֿעטס זאָלסטו דעמפֿן פֿאַר אַ פֿײַעראָפּפֿער, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳. 18און זײער פֿלײש זאָל געהערן צו דיר; אַזױ װי די ברוסט פֿון אױפֿהײבונג, און אַזױ װי דער רעכטער שענקל, זאָל עס געהערן צו דיר. 19אַלע אָפּשײדונגען פֿון די הײליקע זאַכן װאָס די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל שײדן אָפּ צו ה׳, האָב איך געגעבן צו דיר און צו דײַנע זין און צו דײַנע טעכטער מיט דיר, פֿאַר אַן אײביקן רעכט; אַן אײביקער ברית פֿון זאַלץ איז דאָס פֿאַר ה׳, דיר און דײַן זאָמען מיט דיר.
20און ה׳ האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: אין זײער לאַנד זאָלסטו נישט אַרבן, און קײן חלק זאָלסטו נישט האָבן צװישן זײ; איך בין דײַן חלק און דײַן נחלה צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 21און צו די קינדער פֿון לֵוִי, זע, האָב איך געגעבן יעטװעדער מעשׂר אין יִשׂרָאֵל פֿאַר אַן אַרב, פֿאַר זײער דינסט װאָס זײ דינען, דעם דינסט פֿון אוֹהל-מוֹעד. 22און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלן מער נישט גענענען צום אוֹהל-מוֹעד, צו טראָגן אַ חטא און שטאַרבן. 23נײַערט דער לֵוִי, ער זאָל דינען דעם דינסט פֿון אוֹהל-מוֹעד; און זײ זאָלן טראָגן זײער זינד; אַן אײביק געזעץ אױף זײערע דור-דורות. און צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלן זײ נישט אַרבן קײן אַרבונג. 24װאָרעם דעם מעשׂר פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס זײ שײדן אָפּ פֿאַר אַן אָפּשײדונג צו ה׳, האָב איך געגעבן צו די לוִיִים פֿאַר אַן אַרבונג; דערום האָב איך װעגן זײ געזאָגט: צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלן זײ נישט אַרבן קײן אַרבונג.
25און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 26און צו די לוִיִים זאָלסטו רעדן, און זאָגן צו זײ: אַז איר װעט נעמען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל דעם מעשׂר װאָס איך האָב אײַך געגעבן פֿון זײ פֿאַר אײַער אַרבונג, זאָלט איר אָפּשײדן דערפֿון אַן אָפּשײדונגן צו ה׳, מעשׂר פֿון דעם מעשׂר. 27און אײַער אָפּשײדונג װעט אײַך גערעכנט װערן אַזױ װי די תּבֿואה אױסן דרעש-שײַער, און װי די שֶפֿע אױסן קעלטער. 28אַזױ זאָלט איר אױך אָפּשײדן די אָפּשײדונג פֿון ה׳ פֿון אַלע אײַערע מעשׂרס, װאָס איר װעט נעמען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און איר זאָלט געבן דערפֿון די אָפּשײדונג פֿון ה׳ צו אַהרֹן דעם כּהן. 29פֿון אַלץ װאָס װערט אײַך געגעבן זאָלט איר אָפּשײדן די גאַנצע אָפּשײדונג פֿון ה׳, פֿון אַלעם בעסטן דערפֿון, דאָס הײליקע פֿון דעם. 30און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איר שײדט אָפּ פֿון דעם דאָס בעסטע דערפֿון, זאָל עס גערעכנט װערן די לוִיִים אַזױ װי דער אײַנטראָג פֿון דרעש-שײַער, און אַזױ װי דער אײַנטראָג פֿון קעלטער.
31און איר מעגט עס עסן אין יעטװעדער אָרט, איר און אײַער הױזגעזינט, װאָרעם דאָס איז אײַך אַ לױן פֿאַר אײַער דינסט אין אוֹהל-מוֹעד. 32און איר װעט נישט טראָגן װעגן דעם אַ זינד, װען איר שײדט אָפּ פֿון דעם דאָס בעסטע דערפֿון. און איר זאָלט נישט פֿאַרשװעכן די הײליקײטן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, כּדי איר זאָלט נישט שטאַרבן.

Evidențiere

Copiază

Compară

Împărtășește

None

Dorești să ai evidențierile salvate pe toate dispozitivele? Înscrie-te sau conectează-te