במִדְבר יז
יז
1 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2 זאָג צו אֶלעָזָר דעם זון פֿון אַהרֹן דעם כּהן, ער זאָל אױפֿהײבן די פֿײַערפֿאַנען פֿון צװישן דער פֿאַרברענונג, און דאָס פֿײַער װאַרף אַװעק; װאָרעם זײ זײַנען געװאָרן הײליק. 3 די פֿײַערפֿאַנען פֿון די דאָזיקע, װאָס האָבן פֿאַרזינדיקט זײערע נפֿשות, פֿון זײ זאָל מען מאַכן אױסגעשלאָגענע בלעכן, אַן איבערצוג צום מזבח, װאָרעם מע האָט זײ געבראַכט פֿאַר ה׳, און זײ זײַנען געװאָרן הײליק; און זײ זאָלן זײַן פֿאַר אַ צײכן צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 4 האָט אֶלעָזָר דער כּהן גענומען די קופּערנע פֿײַערפֿאַנען, װאָס די פֿאַרברענטע האָבן געבראַכט, און מע האָט זײ אױסגעשלאָגן פֿאַר אַן איבערצוג צום מזבח, 5 אַ דערמאָנונג צי די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, כּדי אַ פֿרעמדער מענטש, װאָס איז נישט פֿון דעם זאָמען פֿון אַהרֹן, זאָל נישט גענענען צו רײכערן װײַרעך פֿאַר ה׳, אַז ער זאָל נישט װערן אַזױ װי קֹרַח און אַזױ װי זײַן געזעמל; אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט צו אים דורך משהן.
6 און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָט אױף מאָרגן געמורמלט אַקעגן משהן און אַקעגן אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: איר האָט געטײט דאָס פֿאָלק פֿון ה׳. 7 און עס איז געװען, אַז די עדה האָט זיך אײַנגעזאַמלט אַקעגן משהן און אַקעגן אַהרֹנען, אַזױ האָבן זײ זיך אומגעקערט צום אוֹהל-מוֹעד, ערשט אַ װאָלקן האָט אים צוגעדעקט, און די פּראַכט פֿון ה׳ האָט זיך באַװיזן. 8 און משה און אַהרֹן זײַנען צוגעגאַנגען פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד, 9 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 10 שײדט אײַך אָפּ פֿון צװישן דער דאָזיקער עדה, און איך װעל זײ פֿאַרלענדן אין אַ רגע. זײַנען זײ געפֿאַלן אױף זײער פּנים. 11 און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: נעם די פֿײַערפֿאַן, און לײג אױף איר אַרױף פֿײַער פֿון מזבח, און טו אַרױף װײַרעך, און טראָג אױף גיך צו דער עדה, און זײַ מכַפּר אױף זײ, װאָרעם אַ צאָרן איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר ה׳; די מגפֿה האָט זיך אָנגעהױבן. 12 האָט אַהרֹן גענומען, אַזױ װי משה האָט געהײסן, און ער איז אַרײַנגעלאָפֿן אין מיטן פֿון דער עדה; ערשט די מגפֿה האָט זיך אָנגעהױבן אין פֿאָלק. האָט ער אַרױפֿגעלײגט װײַרעך, און מכַפּר געװען אױפֿן פֿאָלק. 13 און ער איז געשטאַנען צװישן די טױטע און צװישן די לעבעדיקע; און די מגפֿה איז פֿאַרהאַלטן געװאָרן. 14 און די װאָס זײַנען געשטאָרבן אין דער מגפֿה, זײַנען געװען פֿערצן טױזנט און זיבן הונדערט, אַחוץ די װאָס זײַנען געשטאָרבן װעגן דער מעשׂה מיט קֹרַחן. 15 און אַהרֹן האָט זיך אומגעקערט צו משהן, צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, װען די מגפֿה איז פֿאַרהאַלטן געװאָרן.
16און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 17רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און נעם פֿון זײ צו שטעקן, צו שטעקן פֿון אַ פֿאָטערהױז, פֿון אַלע זײערע פֿירשטן לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, צװעלף שטעקנס; איטלעכנס נאָמען זאָלסטו אױפֿשרײַבן אױף זײַן שטעקן. 18און אַהרֹנס נאָמען זאָלסטו אױפֿשרײַבן אױף דעם שטעקן פֿון לֵוִי, װאָרעם אײן שטעקן זאָל זײַן פֿאַר דעם הױפּט פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער. 19און זאָלסט זײ אַװעקלײגן אין אוֹהל-מוֹעד, פֿאַרן צײגנים, װאָס איך אַנטפּלעק זיך צו אײַך דאָרטן. 20און עס װעט זײַן, דער מאַן װאָס איך װעל אים אױסדערװײלן, װעט זײַן שטעקן אױפֿשפּראָצן; און איך װעל אײַנשטילן פֿון אַרום מיר די מורמלערײַען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס זײ מורמלען אַקעגן אײַך.
21 האָט משה גערעדט צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און אַלע זײערע פֿירשטן האָבן אים געגעבן צו שטעקן פֿון איטלעכן פֿירשט, צו שטעקן פֿון איטלעכן פֿירשט, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, צװעלף שטעקנס; און דער שטעקן פֿון אַהרֹנען איז געװען צװישן זײערע שטעקנס. 22און משה האָט אַװעקגעלײגט די שטעקנס פֿאַר ה׳, אין דעם געצעלט פֿון צײגנים. 23און עס איז געװען אױף מאָרגן, אַז משה איז געקומען אין דעם געצעלט פֿון צײגנים, ערשט דער שטעקן פֿון אַהרֹנען פֿאַר לֵוִיס הױז האָט אױפֿגעשפּראָצט, און אַרױסגעלאָזט שפּראָצונג, און געבליט בליעכץ, און געצײַטיקט מאַנדלען. 24האָט משה אַרױסגעטראָגן אַלע שטעקנס פֿון פֿאַר ה׳ צו אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן איבערגעקוקט, און גענומען איטלעכער זײַן שטעקן.
25און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: קער אום אַהרֹנס שטעקן פֿאַרן צײגנים, פֿאַר אַ היטונג, פֿאַר אַ צײכן צו די װידערשפּעניקע קינדער, כּדי זאָלסט מאַכן אַן ענד צו זײערע מורמלערײַען אַרום מיר, און זײ זאָלן נישט שטאַרבן. 26האָט משה דאָס געטאָן; אַזױ װי ה׳ האָט אים באַפֿױלן, אַזױ האָט ער געטאָן.
27האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: זע, מיר קומען אום, מיר גײען אונטער, אַלע גײען מיר אונטער. 28איטלעכער װאָס גענענט – װאָס גענענט צום מישכּן פֿון ה׳, שטאַרבט; צי װעלן מיר אין גאַנצן אומקומען?
Selectat acum:
במִדְבר יז: OYTORAH
Evidențiere
Copiază
Compară
Împărtășește
Dorești să ai evidențierile salvate pe toate dispozitivele? Înscrie-te sau conectează-te
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025