במִדְבר יט
יט
חֻקַת
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן:
2דאָס איז דאָס געזעץ פֿון דער תּורה, װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, זײ זאָלן דיר ברענגען אַ רױטע קו, אַ גאַנצע, װאָס אין איר איז נישטאָ קײן מום, װאָס אױף איר איז נישט אַרױף קײן יאָך. 3און איר זאָלט זי געבן צו אֶלעָזָר דעם כּהן, און מע זאָל זי אַרױספֿירן אױסן לאַגער, און זי שעכטן פֿאַר אים. 4און אֶלעָזָר דער כּהן זאָל נעמען פֿון איר בלוט מיט זײַן פֿינגער, און שפּריצן פֿון איר בלוט אַקעגן דער פֿאָדערזײַט פֿון אוֹהל-מוֹעד זיבן מאָל. 5און מע זאָל פֿאַרברענען די קו פֿאַר זײַנע אױגן; איר פֿעל און איר פֿלײש און איר בלוט מיט איר מיסט זאָל מען פֿאַרברענען. 6און דער כּהן זאָל נעמען צעדערהאָלץ, און אֵזוֹבֿ-גראָז, און װערמילרױט, און אַרײַנװאַרפֿן אין דער פֿאַרברענונג פֿון דער קו. 7און דער כּהן זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און באָדן זײַן לײַב אין װאַסער, און דערנאָך מעג ער אַרײַנקומען אין לאַגער; און דער כּהן זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 8אױך דער װאָס פֿאַרברענט זי, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער אין װאַסער, און באָדן זײַן לײַב אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 9און אַ רײנער מאַן זאָל אױפֿזאַמלען די אַש פֿון דער קו, און אַװעקלײגן אױסן לאַגער אין אַ רײנעם אָרט; און עס זאָל געהאַלטן װערן פֿאַר דער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿאַר שפּרענגװאַסער; אַ רײניקאָפּפֿער איז דאָס. 10און דער װאָס זאַמלט אױף די אַש פֿון דער קו, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. און עס זאָל זײַן פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און פֿאַר דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן זײ, פֿאַר אַן אײביקן געזעץ.
11דער װאָס רירט זיך אָן אָן אַ מת, אָן װאָסער עס איז טױטן לײַב פֿון אַ מענטשן, זאָל זײַן אומרײן זיבן טעג. 12ער זאָל זיך רײניקן דערמיט אױפֿן דריטן טאָג און אױפֿן זיבעטן טאָג, און װערן רײן; און אױב ער װעט זיך נישט רײניקן אױפֿן דריטן טאָג און אױפֿן זיבעטן טאָג, זאָל ער נישט װערן רײן. 13איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן אַ מת, אָן דעם לײַב פֿון אַ מענטשן װאָס איז געשטראָבן, און ער װעט זיך נישט רײניקן, האָט ער די מישכּן פֿון ה׳ פֿאַראומרײניקט, און יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון יִשׂרָאֵל; אַז שפּרענגװאַסער איז אױף אים נישט געשפּרענגט געװאָרן, זאָל ער זײַן אומרײן; זײַן אומרײנקײט איז נאָך אױף אים.
14דאָס איז דער דין: אַז אַ מענטש װעט שטאַרבן אין אַ געצעלט, זאָל איטלעכער װאָס קומט אין געצעלט, און אַלץ װאָס אין געצעלט, זײַן אומרײן זיבן טעג. 15און יעטװעדער אָפֿענע כּלי, װאָס אױף איר איז נישטאָ אַן אַרומגעשנירט דעקל, איז אומרײן. 16און איטלעכער װאָס װעט זיך אָנרירן אױפֿן פֿרײַען פֿעלד אָן אַ דערשלאָגענעם פֿון אַ שװערד, אָדער אָן אַ געשטאָרבענעם, אָדער אַן אַ בײן פֿון אַ מענטשן, אָדער אָן אַ קבֿר, זאָל זײַן אומרײן זיבן טעג.
17און מע זאָל נעמען פֿאַר דעם אומרײנעם פֿון דער אַש פֿון דעם פֿאַרברענטן זינדאָפּפֿער, און אַרױפֿגיסן דערױף לעבעדיקע װאַסער אין אַ כּלי. 18און אַ רײנער מאַן זאָל נעמען אֵזוֹבֿ-גראָז, און אײַנטונקען אין דעם װאַסער, און שפּריצן אױפֿן געצעלט, און אױף אַלע כּלים, און אױף די נפֿשות װאָס זײַנען דאָרטן געװען, און אױף דעם װאָס האָט זיך אָנגערירט אָן דעם בײן, אָדער אָן דעם דערשלאָגענעם, אָדער אָן דעם געשטאָרבענעם, אָדער אָן דעם קבֿר.
19און דער װאָס איז רײן זאָל שפּריצן אױף דעם אומרײנעם אױפֿן דריטן טאָג און אױפֿן זיבעטן טאָג; און ער זאָל אים רײניקן אױפֿן זיבעטן טאָג; און ער זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער, און װערן רײן אין אָװנט. 20און אַז אַ מענטש װעט זײַן אומרײן, און װעט זיך נישט רײניקן, זאָל יענע זעל פֿאַרשניטן װערן פֿון צװישן דער עדה, װאָרעם דאָס מִקדָש פֿון ה׳ האָט ער פֿאַראומרײניקט; שפּרענגװאַסער איז אױף אים נישט געשפּרענגט געװאָרן, איז ער אומרײן. 21און עס זאָל זײ זײַן פֿאַר אַן אײביקן געזעץ. און דער װאָס שפּריצט דאָס שפּרענגװאַסער, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער; און דער װאָס רירט זיך אָן אָן דעם שפּרענגװאַסער, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 22און אַלץ װאָס דער אומרײנער װעט זיך אָנרירן אָן דעם, זאָל זײַן אומרײן; און דער מענטש װאָס רירט זיך אָן אים אָן, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
Selectat acum:
במִדְבר יט: OYTORAH
Evidențiere
Copiază
Compară
Împărtășește
Dorești să ai evidențierile salvate pe toate dispozitivele? Înscrie-te sau conectează-te
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025