Logo YouVersion
Ikona vyhledávání

יְהוֹשועַ כ

כ
1און ה׳ האָט גערעדט צו יְהוֹשועַן, אַזױ צו זאָגן: 2רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: מאַכט אײַך די שטעט פֿון אַנטרינונג װאָס איך האָב אײַך אָנגעזאָגט דורך משהן, 3אױף צו אַנטלױפֿן אַהין, פֿאַר דעם טױטשלעגער װאָס דערשלאָגט אַ נפֿש דורך אַ פֿאַרזע, אָן אַ כּיװן; און זײ זאָלן אײַך זײַן פֿאַר אַנטרינונג פֿון דעם בלוט דערלײזער. 4און ער זאָל אַנטלױפֿן אין אײנער פֿון די דאָזיקע שטעט, און זיך שטעלן אין אײַנגאַנג פֿון שטאָטטױער, און רעדן אין די אױערן פֿון די עלטסטע פֿון יענער שטאָט זײַנע װערטער, און זײ זאָלן אים אַרײַננעמען צו זיך אין דער שטאָט, און אים געבן אַן אָרט, און ער זאָל זיצן בײַ זײ. 5און אַז דער בלוט דערלײזער װעט אים נאָכיאָגן, זאָלן זײ נישט איבערענטפֿערן דעם טױטשלעגער אין זײַן האַנט, װאָרעם אָן אַ כּיװן האָט ער דערשלאָגן זײַן חבֿר, און ער איז אים נישט געװען אַ שׂונא פֿון נעכטן-אײערנעכטן. 6און ער זאָל זיצן אין יענער שטאָט, ביז ער שטעלט זיך פֿאַר דער עדה צום משפּט, ביז דעם טױט פֿון דעם כּהן-גָדול װאָס װעט זײַן אין יענע טעג; דענצמאָל מעג דער טױטשלעגער זיך אומקערן, און קומען אין זײַן שטאָט, און אין זײַן הױז – אין דער שטאָט װאָס ער איז פֿון דאָרטן אַנטלאָפֿן.
7האָבן זײ געהײליקט קֶדֶש אין גָליל, אין דעם געבערג פֿון נַפֿתָּלי, און שכֶם אין דעם געבערג פֿון אפֿרים, און קִריַת-אַרבע – דאָס איז חֶבֿרוֹן – אין דעם געבערג פֿון יהוּדה. 8און פֿון יענער זײַט יַרדן, בײַ יריחוֹ צו מזרח, האָבן זײ אָפּגעגעבן בֶצֶר אין מדבר אין דעם פֿלאַכלאַנד, פֿון שבֿט ראובֿן, און ראָמוֹת אין גִלעָד, פֿון שבֿט גָד, און גוֹלָן אין בָשָן, פֿון שבֿט מנַשֶה.
9דאָס זײַנען געװען די באַשטימטע שטעט פֿאַר אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און פֿאַר דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן זײ; אױף צו אַנטלױפֿן אַהין, פֿאַר איטלעכן װאָס דערשלאָגט אַ נפֿש דורך אַ פֿאַרזע; כּדי ער זאָל נישט שטאַרבן דורך דער האַנט פֿון דעם בלוט דערלײזער, אײדער ער שטעלט זיך פֿאַר דער עדה.

Zvýraznění

Sdílet

Kopírovat

None

Chceš mít své zvýrazněné verše uložené na všech zařízeních? Zaregistruj se nebo se přihlas