Logo YouVersion
Ikona vyhledávání

יְהוֹשועַ יח

יח
1און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָט זיך אײַנגעזאַמלט אין שילוֹ, און זײ האָבן דאָרטן אױפֿגעשטעלט דעם אוֹהל-מוֹעד; און דאָס לאַנד איז געלעגן באַצװוּנגען פֿאַר זײ.
2אָבער עס זײַנען נאָך געבליבן צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל די װאָס האָבן נישט געקריגן אײַנגעטײלט זײער נחלה, זיבן שבֿטים. 3האָט יְהוֹשועַ געזאָגט צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: ביז װאַנען װעט איר זיך פֿױלן צו גײן אַרבן דאָס לאַנד װאָס ה׳ דער ג-ט פֿון אײַערע עלטערן האָט אײַך געגעבן? 4קריגט אײַך דרײַ מאַן פֿון אַ שבֿט, און איך װעל זײ שיקן, און זײ זאָלן אױפֿשטײן און אַרומגײן אין לאַנד, און זײ זאָלן עס פֿאַרשרײַבן לױט זײער נחלה, און קומען צו מיר.
5און זײ זאָלן זיך עס צעטײלן אין זיבן חלקים: יהוּדה זאָל בלײַבן בײַ זײַן געמאַרק אין דָרום, און דאָס הױז פֿון יוֹסף זאָלן בלײַבן בײַ זײער געמאַרק אין צפֿון. 6און איר זאָלט פֿאַרשרײַבן דאָס לאַנד אין זיבן חלקים, און ברענגען צו מיר אַהער, און איך װעל אײַך װאַרפֿן גורל דאָ פֿאַר ה׳ אלוקינו. 7װאָרעם די לוִיִים האָבן נישט קײן חלק צװישן אײַך, װײַל די כּהונה פֿון ה׳ איז זײער נחלה; און גָד, און ראובֿן, און דער האַלבער שבֿט מנַשֶה, האָבן געקריגן זײער נחלה פֿון יענער זײַט יַרדן צו מזרח, װאָס משה דער קנעכט פֿון ה׳ האָט זײ געגעבן.
8זײַנען אױפֿגעשטאַנען די מענער און זײ זײַנען געגאַנגען; און יְהוֹשועַ האָט באַפֿױלן די װאָס זײַנען געגאַנגען פֿאַרשרײַבן דאָס לאַנד, אַזױ צו זאָגן: גײט, און װאַנדערט אַרום אין לאַנד, און פֿאַרשרײַבט עס, און קערט זיך אום צו מיר, און איך װעל אײַך דאָ װאַרפֿן גורל פֿאַר ה׳ אין שילוֹ. 9און די מענער זײַנען געגאַנגען, און האָבן דורכגעצױגן דורכן לאַנד, און האָבן עס פֿאַרשריבן לױט די שטעט, אין זיבן חלקים, אין אַ בוך, און זײ זײַנען געקומען צו יְהוֹשועַן אין לאַגער קײן שילוֹ. 10און יְהוֹשועַ האָט זײ געװאָרפֿן גורל אין שילוֹ פֿאַר ה׳, און יְהוֹשועַ האָט דאָרטן צעטײלט דאָס לאַנד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל לױט זײערע אײַנטײלונגען.
11איז אַרױפֿגעקומען דער גורל פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון בנימין לױט זײערע משפּחות; און דער געמאַרק פֿון זײער גורל איז אױסגעקומען צװישן די קינדער פֿון יהוּדה און צװישן די קינדער פֿון יוֹסף. 12און דער געמאַרק צו צפֿון-זײַט איז זײ געװען פֿון יַרדן; און דער געמאַרק איז אַרױפֿגעגאַנגען צום רוקן פֿון יריחוֹ אין צפֿון, און איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג צו מערבֿ; און זײַן אױסלאָז איז געװען בײַם מדבר פֿון בֵית-אָוֶן. 13און דער געמאַרק איז אַריבער פֿון דאָרטן צו לוז, צום רוקן פֿון לוז – דאָס איז בֵית-אֵל – צו דָרום; און דער געמאַרק האָט אַראָפּגענידערט צו עַטרוֹת-אַדָר בײַם באַרג װאָס צו דָרום פֿון דער אונטערשטער בֵית-חוֹרוֹן. 14און דער געמאַרק האָט זיך געצױגן, און זיך אױסגעדרײט צו מערבֿ-זײַט, צו דָרום פֿון דעם באַרג װאָס פֿאַר בֵית-חוֹרוֹן צו דָרום; און זײַן אױסלאָז איז געװען בײַ קִריַת-בַעַל – דאָס איז קִריַת-יְעָרים – אַ שטאָט פֿון די קינדער פֿון יהוּדה. דאָס איז די מערבֿ-זײַט. 15און די דָרום-זײַט איז געװען פֿון עק קִריַת-יְעָרים; און דער געמאַרק איז אַרױסגעגאַנגען צו מערבֿ, און איז אַרױסגעקומען בײַם קװאַל פֿון די װאַסערן פֿון נֶפֿתּוֹחַ. 16און דער געמאַרק האָט אַראָפּגענידערט צום עק באַרג װאָס פֿאַר דעם טאָל פֿון בן-הִנוֹם, װאָס אין טאָל רפֿאים צו צפֿון; און ער האָט אַראָפּגענידערט צו דעם טאָל פֿון הִנוֹם, צום רוקן פֿון דעם יבֿוסי צו דָרום, און איז אַראָפּגעגאַנגען קײן עֵין-רוֹגֵל. 17און ער האָט זיך געצױגן פֿון צפֿון, און איז אַרױסגעקומען בײַ עֵין-שֶמֶש, און איז אַרױס צו גלילוֹת װאָס אַקעגן דעם אַרױפֿגאַנג פֿון אַדוּמים, און האָט אַראָפּגענידערט צו דעם שטײן פֿון בוֹהַן דעם זון פֿון ראובֿן.
18און ער איז אַריבער צום רוקן אַקעגן דעם פּלױן צו צפֿון, און האָט אַראָפּגענידערט צום פּלױן. 19און דער געמאַרק איז אַריבער צום רוקן פֿון בֵית-חָגלָה צו צפֿון; און דער אױסלאָז פֿון דעם געמאַרק איז געװען בײַ דער צונג פֿון יַם-הַמֶלַח צו צפֿון, בײַם עק יַרדן צו דָרום. דאָס איז דער געמאַרק פֿון דָרום. 20און דער יַרדן גרענעצט עס צו מזרח-זײַט. דאָס איז די נחלה פֿון די קינדער פֿון בנימין לױט אירע געמאַרקן, רונד אַרום, לױט זײערע משפּחות.
21און די שטעט פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון בנימין לױט זײערע משפּחות זײַנען געװען יריחוֹ, און בֵית-חָגלָה, און עֵמֶק-קציץ; 22און בֵית-עַרָבֿה, און צמָרַיִם, און בֵית-אֵל; 23און עַוִים, און פּרָה, און עָפֿרָה; 24און כּפֿר-עַמוֹנָה, און עָפֿני, און גֶבַֿע; צװעלף שטעט מיט זײערע דערפֿער.
25גִבֿעוֹן, און רָמָה, און באֵרוֹת; 26און מִצפֵּה, און כּפֿירָה, און מוֹצָה; 27און רֶקֶם, און יִרפּאֵל, און תַּראַלָה; 28און צֵלַע, צֵלַע הָאֶלֶף, און דער יבֿוסי – דאָס איז ירושָלַיִם – גִבֿעַת, קִריַת; פֿערצן שטעט מיט זײערע דערפֿער. דאָס איז די נחלה פֿון די קינדער פֿון בנימין לױט זײערע משפּחות.

Zvýraznění

Sdílet

Kopírovat

None

Chceš mít své zvýrazněné verše uložené na všech zařízeních? Zaregistruj se nebo se přihlas