יְהוֹשועַ ט
ט
1און עס איז געװען, אַז אַלע מלכים װאָס אױף דער זײַט יַרדן, אין דעם געבערג, און אין דער נידערונג, און אױף דעם גאַנצן ברעג פֿון יַם-הַגָדול, אַקעגן לבֿנוֹן, דער חִתּי, און דער אֶמוֹרי, דער כּנַעֲני, דער פּרִזי, דער חִוִי, און דער יבֿוסי, האָבן דערהערט, 2אַזױ האָבן זײ זיך אײַנגעזאַמלט אין אײנעם, מלחמה צו האַלטן מיט יְהוֹשועַן און מיט יִשׂרָאֵל, מיט אײן מױל.
3און די באַװױנער פֿון גִבֿעוֹן האָבן געהערט װאָס יְהוֹשועַ האָט געטאָן צו יריחוֹ און צו עַי; 4און זײ אױך האָבן געטאָן מיט ליסטיקײט, און זײַנען געגאַנגען און האָבן זיך פֿאַרשטעלט אַז זײ זענען שלוחים; און זײ האָבן גענומען אָפּגעניצטע זעק פֿאַר זײערע אײזלען, און אָפּגעניצטע און צעשפּאָלטענע און צונױפֿגעבונדענע װײַנלאָגלען, 5און אָפּגעטראָגענע און פֿאַרלאַטעטע שיך אױף זײערע פֿיס, און אָפּגעטראָגענע קלײדער אױף זיך; און דאָס גאַנצע ברױט פֿון זײער צערונג איז געװען פֿאַרטריקנט אױף ברעקלעך. 6און זײ זײַנען געגאַנגען צו יְהוֹשועַן אין לאַגער קײן גִלגָל, און האָבן געזאָגט צו אים און צו די מענער פֿון יִשׂרָאֵל: פֿון אַ װײַטן לאַנד זײַנען מיר געקומען, און אַצונד שליסט אונדז אַ ברית.
7האָבן די מענער פֿון יִשׂרָאֵל געזאָגט צו דעם חִוִי: אפֿשר זיצסטו צװישן אונדז, און װי קען איך דיר שליסן אַ ברית? 8האָבן זײ געזאָגט צו יְהוֹשועַן: דײַנע קנעכט זײַנען מיר. האָט יְהוֹשועַ צו זײ געזאָגט: װער זײַט איר? און פֿון װאַנען קומט איר? 9האָבן זײ צו אים געזאָגט: פֿון זײער אַ װײַטן לאַנד זײַנען געקומען דײַנע קנעכט, צוליב דעם נאָמען פֿון ה׳ דײַן ג-ט; װאָרעם מיר האָבן געהערט זײַן הערונג, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן אין מִצרַיִם, 10און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן צו די צװײ מלכים פֿון דעם אֶמוֹרי װאָס אױף יענער זײַט יַרדן, צו סיחון דעם מלך פֿון חֶשבוֹן, און צו עוֹג דעם מלך פֿון בָשָן װאָס אין עַשתָּרוֹת. 11האָבן צו אונדז געזאָגט אונדזערע עלטסטע, און אַלע באַװױנער פֿון אונדזער לאַנד, אַזױ צו זאָגן: נעמט מיט זיך צערונג אױפֿן װעג, און גײט זײ אַנטקעגן, און איר זאָלט זאָגן צו זײ: אײַערע קנעכט זײַנען מיר; און אַצונד שליסט אונדז אַ ברית.
12דאָס דאָזיקע ברױט אונדזערס – װאַרעמערהײט האָבן מיר זיך פֿאַרשפּײַזט דערמיט פֿון אונדזערע הײַזער, אין דעם טאָג װאָס מיר זײַנען אַרױסצוגײן צו אײַך, און אַצונד אָט איז עס פֿאַרטריקנט, און געװאָרן ברעקלעך. 13און די דאָזיקע װײַנלאָגלען, װאָס מיר האָבן אָנגעפֿילט, זײַנען געװען נײַ, און אָט זײַנען זײ צעשפּאָלטן געװאָרן, און די דאָזיקע קלײדער און שיך אונדזערע זײַנען אָפּגעטראָגן געװאָרן פֿון זײער פֿיל װעג.
14און די מענער האָבן גענומען פֿון זײער צערונג, און ה׳ס מױל האָבן זײ נישט געפֿרעגט. 15און יְהוֹשועַ האָט געמאַכט שלום מיט זײ, און זײ געשלאָסן אַ ברית, זײ צו לאָזן לעבן. און די פֿירשטן פֿון דער עדה האָבן זײ געשװאָרן.
16און עס איז געװען צום סוף פֿון דרײַ טעג נאָכדעם װי זײ האָבן זײ געשלאָסן אַ ברית, האָבן זײ געהערט אַז זײ זײַנען נאָנט צו זײ, און אַז זײ זיצן צװישן זײ. 17און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געצױגן, און זײַנען געקומען אין זײערע שטעט אױפֿן דריטן טאָג. און זײערע שטעט זײַנען געװען גִבֿעוֹן, און כּפֿירָה, און באֵרוֹת, און קִריַת-יְעָרים.
18אָבער די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זײ נישט געשלאָגן, װײַל די פֿירשטן פֿון דער עדה האָבן זײ געשװאָרן בײַ ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל. און די גאַנצע עדה האָט געמורמלט אױף די פֿירשטן.
19האָבן אַלע פֿירשטן געזאָגט צו דער גאַנצער עדה: מיר האָבן זײ געשװאָרן בײַ ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, און מיר טאָרן זײ אַצונד נישט אָנרירן. 20דאָס מוזן מיר זײ טאָן, און זײ לאָזן לעבן, כּדי אױף אונדז זאָל נישט זײַן אַ צאָרן פֿון װעגן דער שבֿועה װאָס מיר האָבן זײ געשװאָרן. 21און די פֿירשטן האָבן אָנגעזאָגט װעגן זײ: זאָלן זײ בלײַבן לעבן. און זײ זײַנען געװאָרן האָלצהעקער און װאַסערשעפּער פֿאַר דער גאַנצער עדה, אַזױ װי די פֿירשטן האָבן געהײסן װעגן זײ.
22און יְהוֹשועַ האָט זײ גערופֿן, און האָט צו זײ גערעדט, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס האָט איר אונדז גענאַרט, אַזױ צו זאָגן: מיר זײַנען זײער װײַט פֿון אײַך, װען איר זיצט צװישן אונדז? 23און אַצונד זאָלט איר זײַן פֿאַרשאָלטן, און עס זאָל נישט אױסגײן פֿון אײַך אַ קנעכט און האָלצהעקער און װאַסערשעפּער פֿאַר דעם הױז פֿון מײַן ג-ט.
24האָבן זײ געענטפֿערט יְהוֹשועַן, און האָבן געזאָגט: װײַל דערצײלט איז דערצײלט געװאָרן דײַנע קנעכט, דאָס װאָס ה׳ דײַן ג-ט האָט באַפֿױלן זײַן קנעכט משהן, אײַך צו געבן דאָס גאַנצע לאַנד, און צו פֿאַרטיליקן אַלע באַװױנער פֿון לאַנד פֿון פֿאַר אײַך, און מיר האָבן זײער מורא געקריגן פֿאַר אונדזערע נפֿשות פֿון אײַך; דערום האָבן מיר געטאָן די דאָזיקע זאַך. 25און אַצונד אָט זײַנען מיר אין דײַן האַנט; װי עס איז גוט און רעכטפֿאַרטיק אין דײַנע אױגן צו טאָן מיט אונדז, טו.
26און ער האָט מיט זײ אַזױ געטאָן, און האָט זײ מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן זײ נישט געהרגעט.
27און יְהוֹשועַ האָט זײ געמאַכט אין יענעם טאָג פֿאַר האָלצהעקער און פֿאַר װאַסערשעפּער, פֿאַר דער עדה, און פֿאַר דעם מזבח פֿון ה׳, ביז אױף הײַנטיקן טאָג, אין דעם אָרט װאָס ער װעט אױסדערװײלן.
Επιλέχθηκαν προς το παρόν:
יְהוֹשועַ ט: OYNEVIIM
Επισημάνσεις
Κοινοποίηση
Αντιγραφή
Θέλετε να αποθηκεύονται οι επισημάνσεις σας σε όλες τις συσκευές σας; Εγγραφείτε ή συνδεθείτε
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025