Λογότυπο YouVersion
Εικονίδιο αναζήτησης

יְהוֹשועַ ח

ח
1און ה׳ האָט געזאָגט צו יְהוֹשועַן: זאָלסט נישט מורא האָבן און נישט אַנגסטן; נעם מיט דיר דאָס גאַנצע מלחמה-פֿאָלק, און שטײ אױף, גײ אַרױף אױף עַי; זע, איך האָב געגעבן אין דײַן האַנט דעם מלך פֿון עַי, און זײַן פֿאָלק, און זײַן שטאָט, און זײַן לאַנד. 2און זאָלסט טאָן צו עַי און צו איר מלך, אַזױ װי דו האָסט געטאָן צו יריחוֹ און צו איר מלך; נאָר איר זאַקרױב און אירע בהמות זאָלט איר רױבן פֿאַר אײַך. שטעל דיר לױערער אױף דער שטאָט פֿון הינטער איר.
3איז אױפֿגעשטאַנען יְהוֹשועַ, און דאָס גאַנצע מלחמה-פֿאָלק, אַרױפֿצוגײן אױף עַי; און יְהוֹשועַ האָט אױסגעװײלט דרײַסיק טױזנט מאַן העלדישע גיבוֹרים, און האָט זײ אַװעקגעשיקט בײַ נאַכט. 4און ער האָט זײ באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: זעט, איר זאָלט לױערן אױף דער שטאָט פֿון הינטער דער שטאָט; איר זאָלט זיך נישט דערװײַטערן זײער פֿון דער שטאָט, און זײַט אַלע אָנגעברײט. 5און איך און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט מיר װעלן גענענען צו דער שטאָט; און עס װעט זײַן, אַז זײ װעלן אַרױסגײן אַקעגן אונדז, אַזױ װי צוערשט, װעלן מיר אַנטלױפֿן פֿאַר זײ. 6און זײ װעלן אַרױסגײן נאָך אונדז, ביז מיר װעלן זײ אַװעקציען פֿון דער שטאָט, װאָרעם זײ װעלן זאָגן: זײ אַנטלױפֿן פֿאַר אונדז אַזױ װי צוערשט; און מיר װעלן אַנטלױפֿן פֿאַר זײ. 7און איר װעט אױפֿשטײן פֿון דער לױער, און װעט פֿאַרנעמען די שטאָט, און ה׳ אלוקיכם װעט זי געבן אין אײַער האַנט. 8און עס װעט זײַן, װי איר פֿאַרכאַפּט די שטאָט, זאָלט איר אָנצינדן די שטאָט אין פֿײַער; אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳ זאָלט איר טאָן; זעט, איך האָב אײַך באַפֿױלן.
9און יְהוֹשועַ האָט זײ געשיקט, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען צו דעם לױעראָרט, און זײַנען געזעסן צװישן בֵית-אֵל און צװישן עַי, אין מערבֿ פֿון עַי. און יְהוֹשועַ האָט גענעכטיקט יענע נאַכט צװישן דעם פֿאָלק.
10און יְהוֹשועַ האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און האָט איבערגעצײלט דאָס פֿאָלק, און ער און די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿאַרױס פֿאַרן פֿאָלק אױף עַי. 11און דאָס גאַנצע מלחמה-פֿאָלק װאָס מיט אים איז אַרױפֿגעגאַנגען, און זײ האָבן גענענט, און זײַנען געקומען אַקעגן דער שטאָט, און האָבן געלאַגערט אין צפֿון פֿון עַי; און דער טאָל איז געװען צװישן אים און צװישן עַי. 12און ער האָט גענומען אַרום פֿינף טױזנט מאַן, און האָט זײ געשטעלט פֿאַר לױערער צװישן בֵית-אֵל און צװישן עַי, אין מערבֿ פֿון עַי. 13אַזױ האָבן זײ אױסגעשטעלט דאָס פֿאָלק, די גאַנצע מחנה װאָס אין צפֿון פֿון דער שטאָט, און זײער הינטער-חיל אין מערבֿ פֿון דער שטאָט. און יְהוֹשועַ איז געגאַנגען אין יענער נאַכט אין מיטן טאָל.
14און עס איז געװען, װי דער מלך פֿון עַי האָט דערזען, אַזױ האָבן די מענטשן פֿון דער שטאָט זיך געאײַלט, און זײ האָבן זיך געפֿעדערט, און זײַנען אַרױסגעגאַנגען אַקעגן יִשׂרָאֵל אױף מלחמה, ער און זײַן גאַנץ פֿאָלק, אין דער אָפּגערעדטער צײַט, פֿאַר דעם פּלױן, און ער האָט נישט געװוּסט אַז לױערער זײַנען אױף אים פֿון הינטער דער שטאָט. 15און יְהוֹשועַ און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן זיך געמאַכט װי געשלאָגן פֿאַר זײ, און זײַנען אַנטלאָפֿן אױפֿן װעג פֿון מדבר.
16און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס אין עַי איז צונױפֿגערופֿן געװאָרן, זײ נאָכצוּיאָגן; און זײ האָבן נאָכגעיאָגט יְהוֹשועַן, און זײַנען אַװעקגעצױגן געװאָרן פֿון דער שטאָט. 17און עס איז נישט געבליבן אַ מענטש אין עַי און אין בֵית-אֵל, װאָס איז נישט אַרױסגעגאַנגען נאָך יִשׂרָאֵל; און זײ האָבן געלאָזט די שטאָט אָפֿן, און נאָכגעיאָגט יִשׂרָאֵל.
18האָט ה׳ געזאָגט צו יְהוֹשועַן: שטרעק אױס דעם שפּיז װאָס אין דײַן האַנט אַקעגן דער שטאָט עַי, װאָרעם אין דײַן האַנט װעל איך זי געבן. און יְהוֹשועַ האָט אױסגעשטרעקט דעם שפּיז װאָס אין זײַן האַנט אַקעגן דער שטאָט. 19און די לױערער זײַנען אױפֿגעשטאַנען אױף גיך פֿון זײער אָרט, און זײ זײַנען געלאָפֿן װי ער האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט, און זײַנען אַרײַן אין דער שטאָט, און האָבן זי באַצװוּנגען; און זײ האָבן געאײַלט און האָבן אָנגעצונדן די שטאָט אין פֿײַער. 20און די מענטשן פֿון עַי האָבן זיך אומגעקערט הינטער זיך, און דערזען, ערשט דער רױך פֿון דער שטאָט איז אַרױף צום הימל, און זײ האָבן נישט געהאַט אין זיך כּוֹח צו לױפֿן אַהין אָדער אַהער. און דאָס פֿאָלק װאָס איז אַנטלאָפֿן צום מדבר, האָט זיך אומגעקערט אױף די נאָכיאָגער. 21און װי יְהוֹשועַ און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן געזען אַז די לױערער האָבן באַצװוּנגען די שטאָט, און אַז דער רױך פֿון דער שטאָט איז אױפֿגעגאַנגען, אַזױ האָבן זײ זיך אומגעקערט, און האָבן געשלאָגן די מענטשן פֿון עַי. 22און יענע זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון דער שטאָט אַקעגן זײ, אַזױ אַז זײ זײַנען געװען אין מיטן פֿון יִשׂרָאֵל, די אױף דער זײַט, און די אױף יענער זײַט. און זײ האָבן זײ געשלאָגן ביז זײ נישט איבערצולאָזן אַ געבליבענעם אָדער אַנטרונענעם. 23און דעם מלך פֿון עַי האָבן זײ געכאַפּט אַ לעבעדיקן, און אים געבראַכט צו יְהוֹשועַן.
24און עס איז געװען, אַז די יִשׂרָאֵל האָבן געענדיקט אױסהרגען אַלע באַװױנער פֿון עַי, אױפֿן פֿעלד אין דעם מדבר װאָס זײ האָבן זײ נאָכגעיאָגט אין אים, און זײ זײַנען אַלע געפֿאַלן דורכן שאַרף פֿון שװערד ביז זײ זײַנען פֿאַרלענדט געװאָרן, האָבן גאַנץ יִשׂרָאֵל זיך אומגעקערט קײן עַי, און האָבן זי געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד.
25און אַלע װאָס זײַנען געפֿאַלן אין יענעם טאָג, פֿון אַ מאַן ביז אַ פֿרױ, זײַנען געװען צװעלף טױזנט; אַלע מענטשן פֿון עַי. 26און יְהוֹשועַ האָט נישט צוריקגעצױגן זײַן האַנט װאָס ער האָט אױסגעשטרעקט מיטן שפּיז, ביז ער האָט פֿאַרװיסט אַלע באַװױנער פֿון עַי. 27נאָר די בהמות און דעם זאַקרױב פֿון יענער שטאָט האָבן די יִשׂרָאֵל גערױבט פֿאַר זיך, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס ער האָט באַפֿױלן יְהוֹשועַן. 28און יְהוֹשועַ האָט פֿאַרברענט עַי, און האָט זי געמאַכט פֿאַר אַן אײביקן חורבֿה-הױפֿן, אַ װיסטעניש ביז אױף הײַנטיקן טאָג. 29און דעם מלך פֿון עַי האָט ער אױפֿגעהאַנגען אױף אַ בױם ביז אָװנטצײַט; און װי די זון איז אונטערגעגאַנגען, האָט יְהוֹשועַ באַפֿױלן, און מע האָט אַראָפּגענומען זײַן טױטן לײַב פֿון דעם בױם, און אים אַװעקגעװאָרפֿן פֿאַר דעם אײַנגאַנג פֿון דעם שטאָטטױער, און מע האָט אױפֿגעשטעלט איבער אים אַ גרױסן הױפֿן שטײנער װאָס שטײט ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
30דענצמאָל האָט יְהוֹשועַ געבױט אַ מזבח צו ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל אױפֿן באַרג עֵיבֿל, 31אַזױ װי משה דער קנעכט פֿון ה׳ האָט באַפֿױלן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װי עס שטײט געשריבן אין בוך פֿון תּוֹרת-משה; אַ מזבח פֿון גאַנצע שטײנער, װאָס מע האָט אױף זײ נישט אױפֿגעהױבן אַן אײַזן. און זײ האָבן אױפֿגעבראַכט אױף אים בראַנדאָפּפֿער צו ה׳, און געשלאַכט פֿרידאָפּפֿער. 32און ער האָט דאָרטן אױפֿגעשריבן אױף די שטײנער אַן איבערחזרונג פֿון תּוֹרת-משה, װאָס ער האָט געשריבן אין אָנגעזיכט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 33און גאַנץ יִשׂרָאֵל, און זײערע עלטסטע און אױפֿזעער, און זײערע ריכטער, זײַנען געשטאַנען פֿון דער זײַט און פֿון יענער זײַט פֿון אָרון, פֿאַר די כּהנים פֿון שבֿט לֵוִי װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון ג-טס ברית – אַזױ דער פֿרעמדער װי דער אײַנגעבאָרענער, העלפֿט פֿון זײ אַקעגן באַרג גרִזים, און העלפֿט פֿון זײ אַקעגן באַרג עֵיבֿל, אַזױ װי משה דער קנעכט פֿון ה׳ האָט פֿון פֿריער באַפֿױלן, צו בענטשן דאָס פֿאָלק יִשׂרָאֵל. 34און דערנאָך האָט ער געלײענט אַלע װערטער פֿון דער תּורה, די ברכה און די קללה, אַזױ װי אַלץ װאָס שטײט געשריבן אין בוך פֿון דער תּורה. 35נישט געװען אַ װאָרט פֿון אַלץ װאָס משה האָט באַפֿױלן, װאָס יְהוֹשועַ האָט נישט געלײענט פֿאַר דער גאַנצער אײַנזאַמלונג פֿון יִשׂרָאֵל, און די װײַבער און די קלײנע קינדער, און דעם פֿרעמדן װאָס איז מיטגעגאַנגען צװישן זײ.

Επιλέχθηκαν προς το παρόν:

יְהוֹשועַ ח: OYNEVIIM

Επισημάνσεις

Κοινοποίηση

Αντιγραφή

None

Θέλετε να αποθηκεύονται οι επισημάνσεις σας σε όλες τις συσκευές σας; Εγγραφείτε ή συνδεθείτε