Logo YouVersion
Ikona vyhledávání

שוֹפֿטִים ט

ט
1און אַבֿימֶלֶך דער זון פֿון ירובעלן איז געגאַנגען קײן שכֶם צו זײַן מוטערס ברידער, און ער האָט גערעדט צו זײ, און צו דער גאַנצער משפּחה פֿון דעם הױז פֿון זײַן מוטערס פֿאָטער, אַזױ צו זאָגן: 2רעד, איך בעט אײַך, אין די אױערן פֿון אַלע מענער פֿון שכֶם: װאָס איז אײַך בעסער, צי איבער אײַך זאָלן געװעלטיקן זיבעציק מאַן, אַלע זין פֿון ירובעלן, אָדער איבער אײַך זאָל געװעלטיקן אײן מאַן? אױך דאַרפֿט איר געדענקען, אַז אײַער בײן און אײַער פֿלײש בין איך.
3האָבן זײַן מוטערס ברידער גערעדט פֿון זײַנעטװעגן אין די אױערן פֿון אַלע מענער פֿון שכֶם אַלע די דאָזיקע װערטער, און זײער האַרץ האָט זיך גענײגט נאָך אַבֿימֶלֶכן, װאָרעם זײ האָבן געזאָגט: אונדזערער אַ ברודער איז ער. 4און זײ האָבן אים געגעבן זיבעציק זילבערשטיק פֿון דעם הױז פֿון בַעַל-בְּרִית, און אַבֿימֶלֶך האָט דערמיט אָנגעדונגען נישטיקע און לױזע לײַט, און זײ זײַנען געגאַנגען נאָך אים. 5און ער איז געקומען אין זײַן פֿאָטערס הױז אין עָפֿרָה, און האָט געהרגעט זײַנע ברידער, די זין פֿון ירובעלן, זיבעציק מאַן, אױף אײן שטײן; נאָר יוֹתָם, דער ייִנגסטער זון פֿון ירובעלן איז געבליבן, װײַל ער האָט זיך באַהאַלטן.
6און אַלע מענער פֿון שכֶם און גאַנץ בֵית-מִלוא האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, און זײ זײַנען געגאַנגען, און האָבן געמאַכט אַבֿימֶלֶכן פֿאַר אַ מלך בײַם אײכנבױם פֿון דעם זײַלשטײן װאָס אין שכֶם.
7האָט מען אָנגעזאָגט יוֹתָמען, און ער איז געגאַנגען, און האָט זיך געשטעלט אױפֿן שפּיץ באַרג גרִזים, און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן קֹול און גערופֿן, און האָט זײ געזאָגט: הערט מיר צו, מענער פֿון שכֶם, און אלֹקים װעט אײַך צוהערן: 8געגאַנגען זײַנען געגאַנגען די בײמער צו זאַלבן אַ מלך איבער זיך, און זײ האָבן געזאָגט צום אײלבערטבױם: קיניג איבער אונדז. 9האָט דער אײלבערטבױם צו זײ געזאָגט: זאָל איך אױפֿגעבן מײַן פֿעטקײט, װאָס מיט איר טוט מען כּבֿוד אלֹקים און לײַט, און גײן זיך װיגן איבער די בײמער? 10האָבן די בײמער געזאָגט צום פֿײַגנבױם: קום דו, קיניג איבער אונדז.
11האָט דער פֿײַגנבױם צו זײ געזאָגט: זאָל איך אױפֿגעבן מײַן זיסקײט און מײַן גוטע פֿרוכט, און גײן זיך װיגן איבער די בײמער? 12האָבן די בײמער געזאָגט צום װײַנשטאָק: קום דו, קיניג איבער אונדז. 13האָט דער װײַנשטאָק צו זײ געזאָגט: זאָל איך אױפֿגעבן מײַן װײַן װאָס דערפֿרײט אלֹקים און לײַט, און גײן זיך װיגן איבער די בײמער? 14האָבן אַלע בײמער געזאָגט צום דאָרן: קום דו, קיניג איבער אונדז. 15האָט דער דאָרן געזאָגט צו די בײמער: אױב איר װילט מיך אין דער אמת זאַלבן פֿאַר אַ מלך איבער אײַך, קומט און שיצט אײַך אין מײַן שאָטן; און אױב נישט, זאָל אַרױסגײן אַ פֿײַער פֿון דעם דאָרן, און פֿאַרצערן די צעדערן פֿון לבֿנוֹן.
16און אַצונד, אױב איר האָט זיך מיט אמת און מיט ערלעכקײט באַגאַנגען, װאָס איר האָט געמאַכט אַבֿימֶלֶכן פֿאַר אַ מלך, און אױב איר האָט געטאָן גוטס מיט ירובעלן און מיט זײַן הױז, און אױב איר האָט אים געטאָן לױט דעם פֿאַרדינסט פֿון זײַנע הענט – 17װאָרעם מײַן פֿאָטער האָט מלחמה געהאַלטן פֿאַר אײַך, און האָט אַװעקגעװאָרפֿן זײַן לעבן, און אײַך מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון מִדיָן; 18און איר זײַט הײַנט אױפֿגעשטאַנען אױף מײַן פֿאָטערס הױז, און האָט געהרגעט זײַנע זין, זיבעציק מאַן, אױף אײן שטײן, און געמאַכט אַבֿימֶלֶך דעם זון פֿון זײַן דינסט פֿאַר אַ מלך איבער די מענער פֿון שכֶם, װײַל ער איז אײַער ברודער – 19איז, אױב איר האָט זיך מיט אמת און מיט ערלעכקײט באַגאַנגען מיט ירובעלן און מיט זײַן הױז הײַנטיקן טאָג, פֿרײט זיך מיט אַבֿימֶלֶכן, און זאָל ער זיך פֿרײען מיט אײַך. 20אױב אָבער נישט, זאָל אַרױסגײן אַ פֿײַער פֿון אַבֿימֶלֶכן, און פֿאַרצערן די מענער פֿון שכֶם און בֵית-מִלוא; און זאָל אַרױסגײן אַ פֿײַער פֿון די מענער פֿון שכֶם און בֵית-מִלוא, און פֿאַרצערן אַבֿימֶלֶכן.
21און יוֹתָם איז אַנטרונען געװאָרן; און ער איז אַנטלאָפֿן און איז אַװעק קײן באֵר, און איז דאָרטן געזעסן פֿון װעגן זײַן ברודער אַבֿימֶלֶכן.
22און אַבֿימֶלֶך האָט געהערשט איבער יִשׂרָאֵל דרײַ יאָר. 23אָבער אלֹקים האָט אָנגעשיקט אַ בײז גײַסט צװישן אַבֿימֶלֶכן און צװישן די מענער פֿון שכֶם, און די מענער פֿון שכֶם האָבן געפֿעלשט אָן אַבֿימֶלֶכן. – 24כּדי דאָס אומרעכט אַקעגן די זיבעציק זין פֿון ירובעלן זאָל אױסגײן, און זײער בלוט אַרױפֿצוטאָן, אױף זײער ברודער אַבֿימֶלֶכן װאָס האָט זײ געהרגעט, און אױף די מענער פֿון שכֶם װאָס האָבן געשטאַרקט זײַנע הענט צו הרגען זײַנע ברידער. – 25און די מענער פֿון שכֶם האָבן געשטעלט לױערער אױף אים, אױף די שפּיצן בערג, און זײ האָבן באַרױבט איטלעכן װאָס איז פֿאַרבײַגעגאַנגען אױפֿן װעג; און עס איז דערצײלט געװאָרן אַבֿימֶלֶכן.
26און גַעַל דער זון פֿון עבֿדן איז געקומען מיט זײַנע ברידער, און זײ זײַנען אַריבער אין שכֶם. און די מענער פֿון שכֶם האָבן זיך אײַנגעגלױבט אין אים. 27און זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען אין פֿעלד, און האָבן געהאַרבסט זײערע װײַנגערטנער און צוטרעטען, און געמאַכט אַ יוֹם-טובֿ, און זײ זײַנען געגאַנגען אין הױז פֿון זײער ג-ט, און האָבן געגעסן און געטרונקען, און געשאָלטן אַבֿימֶלֶכן. 28און גַעַל דער זון פֿון עבֿדן האָט געזאָגט: װער איז אַבֿימֶלֶך, און װער איז שכֶם, אַז מיר זאָלן אים דינען? איז ער נישט דער זון פֿון ירובעלן, און זבֿול זײַן אױפֿזעער? דינט מענטשן פֿון חַמוֹר דעם פֿאָטער פֿון שכֶם; אָבער פֿאַר װאָס זאָלן מיר אים דינען? 29און הלװאַי גיט װער דאָס דאָזיקע פֿאָלק אין מײַן האַנט, איך װאָלט שױן אָפּגעשאַפֿט אַבֿימֶלֶכן. און ער האָט געלאָזט זאָגן אַבֿימֶלֶכן: מער דײַן חיל, און קום אַרױס.
30און זבֿול דער האַר פֿון שטאָט האָט געהערט די װערטער פֿון גַעַל דעם זון פֿון עבֿדן, און זײַן צאָרן האָט געגרימט. 31און ער האָט געשיקט שלוחים צו אַבֿימֶלֶכן אַז קײנער זאָל נישט װיסן, אַזױ צו זאָגן: זע, גַעַל דער זון פֿון עבֿדן און זײַנע ברידער זײַנען געקומען קײן שכֶם, און אָט העצן זײ די שטאָט אױף דיר. 32און אַצונד, שטײ אױף בײַ נאַכט, דו און דאָס פֿאָלק װאָס מיט דיר, און לױער אין פֿעלד. 33און עס װעט זײַן אין דער פֿרי, װי די זון גײט אױף, אַזױ זאָלסטו דיך פֿעדערן, און זיך אַ לאָז טאָן אױף דער שטאָט; און אָט װי ער און דאָס פֿאָלק װאָס מיט אים גײען אַרױס צו דיר, אַזױ זאָלסטו טאָן צו אים װי דײַן האַנט װעט קענען.
34איז אױפֿגעשטאַנען אַבֿימֶלֶך און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים בײַ נאַכט, און זײ האָבן געלױערט אױף שכֶם אין פֿיר מחנות. 35און װי גַעַל דער זון פֿון עבֿדן איז אַרױסגעגאַנגען, און האָט זיך געשטעלט אין אײַנגאַנג פֿון שטאָטטױער, אַזױ איז אױפֿגעשטאַנען אַבֿימֶלֶך און דאָס פֿאָלק װאָס מיט אים, פֿון דער לױער. 36האָט גַעַל דערזען דאָס פֿאָלק, און ער האָט געזאָגט צו זבֿולן: זע, פֿאָלק נידערט אַראָפּ פֿון די שפּיצן בערג. האָט זבֿול צו אים געזאָגט: דעם שאָטן פֿון די בערג זעסטו אַזױ װי מענטשן. 37האָט גַעַל װידער גערעדט און האָט געזאָגט: זע, פֿאָלק נידערט אַראָפּ פֿון דעם נאָפּל פֿון לאַנד, און אײן מחנה קומט פֿון דעם װעג פֿון אֵלון-מעוננים. 38האָט זבֿול צו אים געזאָגט: הײַנט װוּ איז דײַן מױל װען דו האָסט געזאָגט: װער איז אַבֿימֶלֶך, אַז מיר זאָלן אים דינען? איז דאָס נישט דאָס פֿאָלק װאָס דו האָסט עס פֿאַראַכט? גײ אַדרבא אַרױס אַצונד, און האַלט מלחמה אַקעגן אים.
39איז גַעַל אַרױסגעגאַנגען פֿאַרױס פֿאַר די מענער פֿון שכֶם, און ער האָט מלחמה געהאַלטן אַקעגן אַבֿימֶלֶכן. 40און אַבֿימֶלֶך האָט אים נאָכגעיאָגט, און ער איז פֿון אים אַנטלאָפֿן; און עס זײַנען געפֿאַלן פֿיל דערשלאָגענע ביז צום אײַנגאַנג פֿון טױער.
41און אַבֿימֶלֶך איז געבליבן אין אַרומה; און זבֿול האָט פֿאַרטריבן גַעַלן און זײַנע ברידער פֿון זיצן אין שכֶם.
42און עס איז געװען אױף מאָרגן, איז דאָס פֿאָלק אַרױסגעגאַנגען אין פֿעלד, און מע האָט אָנגעזאָגט אַבֿימֶלֶכן. 43האָט ער גענומען דאָס פֿאָלק, און האָט זײ צעטײלט אין דרײַ מחנות; און ער האָט געלױערט אין פֿעלד. האָט ער דערזען, ערשט דאָס פֿאָלק גײט אַרױס פֿון שטאָט, און ער איז אױפֿגעשטאַנען אױף זײ, און האָט זײ געשלאָגן. 44און אַבֿימֶלֶך און די מחנות װאָס מיט אים האָבן זיך געשטורמט, און האָבן זיך געשטעלט בײַם אײַנגאַנג פֿון שטאָטטױער; און די צװײ מחנות האָבן זיך געשטורמט אױף אַלע װאָס אין פֿעלד, און האָבן זײ געשלאָגן. 45און אַבֿימֶלֶך האָט מלחמה געהאַלטן אױף דער שטאָט יענעם גאַנצן טאָג, און האָט באַצװוּנגען די שטאָט, און דאָס פֿאָלק װאָס איז אין איר האָט ער געהרגעט; און ער האָט אײַנגעװאָרפֿן די שטאָט, און האָט זי פֿאַרזײט מיט זאַלץ.
46האָבן דערהערט אַלע מענער פֿון מגדל-שכֶם, און זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין טורעם פֿון דעם הױז פֿון אֵל-בְּרִית. 47איז אָנגעזאָגט געװאָרן אַבֿימֶלֶכן, אַז אַלע מענער פֿון מגדל-שכֶם האָבן זיך צונױפֿגעקליבן. 48און אַבֿימֶלֶך איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג צלמון, ער און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים, און אַבֿימֶלֶך האָט גענומען אַ האַק אין זײַן האַנט, און האָט אָפּגעהאַקט אַ צװײַג פֿון די בײמער, און האָט אים גענומען און אַרױפֿגעטאָן אױף זײַן אַקסל; און ער האָט געזאָגט צו דעם פֿאָלק װאָס מיט אים: װאָס איר האָט געזען מיך טאָן, אײַלט, טוט אַזױ װי איך. 49האָט אױך דאָס גאַנצע פֿאָלק אָפּגעהאַקט איטלעכער זײַן צװײַג; און זײ זײַנען געגאַנגען נאָך אַבֿימֶלֶכן, און האָבן עס אָנגעלײגט אַרום דעם טורעם, און אָנגעצונדן אױף זײ דעם טורעם אין פֿײַער; און אױך אַלע מענטשן פֿון מגדל-שכֶם זײַנען אומגעקומען, אַרום טױזנט מענער און פֿרױען.
50און אַבֿימֶלֶך איז געגאַנגען קײן תּבֿץ, און ער האָט געלעגערט אױף תּבֿץ, און האָט זי באַצװוּנגען. 51אָבער אַ שטאַרקער טורעם איז געװען אין מיטן שטאָט, זײַנען אַהין אַנטלאָפֿן אַלע מענער און פֿרױען, אַלע מענטשן פֿון שטאָט, און זײ האָבן זיך אײַנגעשלאָסן, און זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן דאַך פֿון טורעם. 52איז אַבֿימֶלֶך צוגעקומען ביזן טורעם, און האָט מלחמה געהאַלטן אױף אים, און ער האָט גענענט ביזן אײַנגאַנג פֿון טורעם, כּדי אים צו פֿאַרברענען אין פֿײַער. 53האָט אַ פֿרױ אַראָפּגעװאָרפֿן אַן אױבערשטן מילשטײן אױף אַבֿימֶלֶכס קאָפּ, און האָט אים צעבראָכן דעם שאַרבן. 54האָט ער אױף גיך צוגערופֿן דעם יונג, זײַן װאַפֿנטרעגער, און האָט צו אים געזאָגט: צי אַרױס דײַן שװערד, און טײט מיך, כּדי מע זאָל נישט זאָגן אױף מיר: אַ פֿרױ האָט אים געהרגעט. האָט אים זײַן יונג דערשטאָכן, און ער איז געשטאָרבן.
55האָבן געזען די מענער פֿון יִשׂרָאֵל אַז אַבֿימֶלֶך איז טױט, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען איטלעכער אין זײַן הײם.
56אַזױ האָט אלֹקים אומגעקערט דאָס בײז פֿון אַבֿימֶלֶכן װאָס ער האָט געטאָן אַקעגן זײַן פֿאָטער, צו הרגען זײַנע זיבעציק ברידער. 57און דאָס גאַנצע בײז פֿון די מענטשן פֿון שכֶם האָט אלֹקים אומגעקערט אױף זײער קאָפּ, און זײ איז אָנגעקומען די קללה פֿון יוֹתָם דעם זון פֿון ירובעלן.

Zvýraznění

Sdílet

Kopírovat

None

Chceš mít své zvýrazněné verše uložené na všech zařízeních? Zaregistruj se nebo se přihlas