Logo YouVersion
Ikona vyhledávání

שוֹפֿטִים יז

יז
1און עס איז געװען אַ מאַן פֿון דעם געבערג פֿון אפֿרים, װאָס זײַן נאָמען איז געװען מִיכָה. 2האָט ער געזאָגט צו זײַן מוטער: די טױזנט מיט הונדערט זילבערשטיק װאָס זײַנען צוגענומען געװאָרן בײַ דיר, און װאָס דו האָסט װעגן זײ געשאָלטן, און האָסט עס אױך געזאָגט אין מײַנע אױערן – אָט איז דאָס זילבער בײַ מיר; איך האָב עס גענומען. האָט זײַן מוטער געזאָגט: געבענטשט זאָל זײַן מײַן זון פֿון ה׳! 3און ער האָט אומגעקערט די טױזנט מיט הונדערט זילבערשטיק צו זײַן מוטער, און זײַן מוטער האָט געזאָגט: הײליקן האָב איך געהײליקט דאָס זילבער צו ה׳ פֿון מײַן האַנט פֿאַר מײַן זון, אױף צו מאַכן אַ געשניצט און אַ געגאָסן בילד; און אַצונד װעל איך עס דיר צוריקגעבן. 4און אַז ער האָט אומגעקערט דאָס זילבער צו זײַן מוטער, האָט זײַן מוטער גענומען צװײ הונדערט זילבערשטיק, און האָט עס געגעבן צום שמעלצער, און ער האָט דערפֿון געמאַכט אַ געשניצט און אַ געגאָסן בילד, און עס איז געװען אין מִיכָהס הױז. 5און דער מאַן מִיכָה האָט געהאַט אַ הױז פֿון אלֹקים, און ער האָט געמאַכט אַן אֵפֿוֹד און אַ תּרָפֿים, און האָט דערפֿילט די האַנט פֿון אײנעם פֿון זײַנע זין, און ער איז אים געװען פֿאַר אַ כּהן.
6אין יענע טעג איז קײן מלך נישט געװען אין יִשׂרָאֵל; איטלעכער האָט געטאָן װאָס איז רעכט אין זײַנע אױגן.
7און עס איז געװען אַ יונגערמאַן פֿון בֵית-לֶחֶם-יהוּדה, פֿון דער משפּחה פֿון יהוּדה; און ער איז געװען אַ לֵוִי, און האָט זיך דאָרטן אױפֿגעהאַלטן. 8און דער מאַן איז אַװעק פֿון דער שטאָט, פֿון בֵית-לֶחֶם-יהוּדה, זיך אױפֿצוהאַלטן װוּ אים װעט זיך טרעפֿן; און ער איז געקומען צו געבערג פֿון אפֿרים ביז מִיכָהס הױז, צו מאַכן זײַן װעג װײַטער. 9האָט מִיכָה צו אים געזאָגט: פֿון װאַנען קומסטו? האָט ער געזאָגט: אַ לֵוִי בין איך פֿון בֵית-לֶחֶם-יהוּדה, און איך גײ זיך אױפֿהאַלטן װוּ מיר װעט זיך טרעפֿן. 10האָט מִיכָה צו אים געזאָגט: בלײַב בײַ מיר, און זײַ מיר פֿאַר אַ פֿאָטער און פֿאַר אַ כּהן, און איך װעל דיר געבן צען זילבערשטיק אַ יאָר, און אַן אױסשטאַנד קלײדער, און דײַנע קעסט. איז דער לֵוִי אַרײַנגעגאַנגען. 11און דער לֵוִי האָט אײַנגעװיליקט צו בלײַבן מיטן מאַן. און דער יונגערמאַן איז בײַ אים געװען אַזױ װי אײנער פֿון זײַנע זין. 12און מִיכָה האָט דערפֿילט די האַנט פֿון דעם לֵוִי, און דער יונגערמאַן איז אים געװען פֿאַר אַ כּהן, און ער איז געװען אין מִיכָהס הױז. 13און מִיכָה האָט געזאָגט: אַצונד װײס איך אַז ה׳ װעט מיך באַגיטיקן, אַז דער לֵוִי איז מיר געװאָרן פֿאַר אַ כּהן.

Zvýraznění

Sdílet

Kopírovat

None

Chceš mít své zvýrazněné verše uložené na všech zařízeních? Zaregistruj se nebo se přihlas