Logo YouVersion
Ikona vyhledávání

ברֵאשִית מט

מט
1און יעקבֿ האָט גערופֿן זײַנע זין, און האָט געזאָגט: זאַמלט אײַך אײַן, און איך װעל אײַך זאָגן װאָס אײַך װעט געשען אין סוף פֿון די טעג.
2קלײַבט אײַך אױף און הערט, קינדער פֿון יעקבֿ,
און האָרכט צו אײַער פֿאָטער יִשׂרָאֵל:
3ראובֿן, מײַן בכוֹר ביסטו,
מײַן כּוֹח און מײַן ערשטע קראַפֿט,
די פּער פֿון גרױסקײט, און די פּער פֿון מאַכט.
4ביסט אײַליק װי װאַסער – זאָלסטו די פּער נישט זײַן;
װײַל דו ביסט אױף דײַן פֿאָטערס געלעגער אַרױף;
דענצמאָל האָסטו עס פֿאַרשװעכט –
מײַן בעט װוּ ער איז אַרױף.
5שמעון און לֵוִי זײַנען ברידער,
געצײַג פֿון געװאַלטאַט זײַנען זײערע שװערדן.
6אין זײער באַראָט זאָל נישט קומען מײַן זעל,
צו זײער געזעמל זאָל מײַן כּבֿוד נישט צושטײן;
װאָרעם אין זײער כּעס הרגען זײ אַ מענטש,
און אין זײער קאַפּריז פֿאַרקריפּלען זײ אַן אָקס.
7פֿאַרשאָלטן זײער כּעס, װײַל ער איז שטאַרק,
און זײער צאָרן, װײַל ער איז האַרט!
איך װעל זײ צעטײלן אין יעקבֿ,
און זײ צעשפּרײטן אין יִשׂרָאֵל.
8יהוּדה, דיך װעלן דײַנע ברידער לױבן,
דײַן האַנט װעט זײַן אױפֿן נאַקן פֿון דײַנע פֿײַנט,
די זין פֿון דײַן פֿאָטער װעלן זיך בוקן צו דיר.
9אַ יונגער לײב#49‏.9 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד. איז יהוּדה;
פֿון פֿאַרצוקונג, מײַן זון, ביסטו אַרױפֿגעגאַנגען;
ער קניט, ער הױערט װי אַ לײב,
און װי אַ לײבינטע – װער קען אים אױפֿרײצן?
10נישט אַװעקגײן װעט װערן דער סקעפּטער {שֵׁבֶט}#במִדְבר 24‏.17 פֿון יהוּדה,
און אַ געזעץ־געבער {מְחֹקֵק}#49‏.10 זען דְבָֿרִים 18‏.15 פֿון צװישן זײַנע פֿיס,
ביז שילוֹ#49‏.10 תלמוד בבלי סנהדרין צח ב דְּבֵי רַבִּי שִׁילָא אָמְרֵי שִׁילֹה שְׁמוֹ שֶׁל מָשִׁיחַ, שֶׁנֶּאֱמַר (ברֵאשִית 49‏.10), איכה רבה. רש״י אמר: עד כי יבא שילה. מֶלֶךְ הַמָּשִׁיחַ שֶׁהַמְּלוּכָה שֶׁלּוֹ װעט קומען,
און צו אים װעלן פֿעלקער געהאָרכן.
11ער בינדט צום װײַנשטאָק זײַן יונגאײזל,
אום צום װײַנצװײַג דעם זון פֿון זײַן אײזעלין.
ער װאַשט אין װײַן זײַן קלײד,
און אין בלוט פֿון טרױבן זײַן בגד;
12רױט זײַן אױגן פֿון װײַן,
און װײַס זײַן צײנער פֿון מילך.
13זבֿולון װעט װױנען בײַם באָרטן פֿון ימען,
און ער װעט זײַן אַ האַװן פֿאַר שיפֿן,
און זײַן באָרטן איבער צידון.
14יִשׂשָׂכָר איז אַ בײניקער אײזל,
ער הױערט צװישן די לאַסטן.
15און ער האָט געזען די מנוחה, אַז זי איז גוט,
און דאָס לאַנד, אַז עס איז ליב,
האָט ער געבױגן זײַן רוקן צו טראָגן,
און איז געצװונגען אַרבעט געװאָרן.
16דָן װעט זײַן אַ ריכטער פֿאַר זײַן פֿאָלק,
װי אײנער פֿון די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל.
17דָן װעט זײַן אַ שלאַנג אױפֿן װעג,
אַ שלאַנג אױפֿן שטעג,
װאָס בײַסט די טריט פֿון דעם פֿערד,
און זײַן רײַטער פֿאַלט אַהינטער.
18אױף זײַן הילף, ה׳, טו איך האָפֿן.
19גָד – אים װעט אַ מחנה באַפֿאַלן,
אָבער ער װעט אָנפֿאַלן אױף זײער טריט.
20בײַ אָשֵרן װעט פֿעט זײַן זײַן ברױט,
און ער װעט אַרױסגעבן מַלכות-געריכטן.
21נַפֿתָּלי איז אַ הינדין אַ פֿלינקע;
ער גיט אַרױס שײנע רײד.
22אַ פֿרוכטיק בײמל איז יוֹסף,
אַ פֿרוכטיק בײמל בײַ אַ קװאַל;
די צװײַגן שפּרײַזן איבער דער מױער.
23און אים געביטערט, און געשאָסן,
און אים געפֿײַנט האָבן די פֿײַלמענער;
24אָבער פֿעסט איז זײַן בױגן געבליבן,
און געשיקט געװען זײַנען די אָרעמס פֿון זײַנע הענט,
דורך די הענט פֿון דעם מאַכטיקן פֿון יעקבֿ,
פֿון דאָרט – פֿון דעם פּאַסטוך, דעם פֿעלדז פֿון יִשׂרָאֵל;
25פֿון דעם ג-ט פֿון דײַן פֿאָטער װאָס העלפֿט דיר,
און פֿון שַדַי װאָס בענטשט דיך,
מיט ברכות פֿון הימל פֿון אױבן,
ברכות פֿון תּהום װאָס הױערט אונטן,
ברכות פֿון ברוסטן און טראַכט.
26די ברכות פֿון דײַן פֿאָטער שטײַגן אַריבער
די ברכות פֿון מײַנע עלטערן –
ביז דעם שפּיץ פֿון די אײביקע בערג.
זײ זאָלן זײַן אױף דעם קאָפּ פֿון יוֹספֿן,
און אױפֿן קאַפּעלע דעם פֿירשט פֿון זײַנע ברידער.
27בנימין איז אַ װאָלף װאָס פֿאַרצוקט;
אין דער פֿרי עסט ער פֿאַנג,
און אין אָװנט טײלט ער רױב.
28די אַלע זײַנען די צװעלף שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, און דאָס איז װאָס זײער פֿאָטער האָט צו זײ גערעדט און זײ געבענטשט; איטלעכן װי לױט זײַן ברכה האָט ער זײ געבענטשט. 29און ער האָט זײ באַפֿױלן, און זײ אָנגעזאָגט: איך װער אײַנגעזאַמלט צו מײַן פֿאָלק; באַגראָבט מיך לעבן מײַנע עלטערן, אין דער הײל װאָס אין דעם פֿעלד פֿון עֶפֿרוֹן דעם חִתּי. 30אין דער הײל װאָס אין דעם פֿעלד פֿון מַכפֵּלָה, װאָס פֿאַר מַמרֵא אין לאַנד כּנַעַן, װאָס אבֿרהם האָט אָפּגעקױפֿט מיטן פֿעלד פֿון עֶפֿרוֹן דעם חִתּי פֿאַר אַ קבֿר-אײגנטום#יְשַעְיָה 53‏.931דאָרטן האָט מען באַגראָבן אבֿרהמען און זײַן װײַב שׂרהן, דאָרטן האָט מען באַגראָבן יִצחָקן און זײַן װײַב רבקהן, און דאָרטן האָב איך באַגראָבן לאהן – 32דער אײַנקױף פֿון דעם פֿעלד מיט דער הײל װאָס דרינען, פֿון די קינדער פֿון חֵת.
33און װי יעקבֿ האָט געענדיקט זײַן צַװָאֶה צו זײַנע זין, אַזױ האָט ער אַרײַנגענומען זײַנע פֿיס אין בעט, און איז פֿאַרגאַנגען, און איז אײַנגעזאַמלט געװאָרן צו זײַן פֿאָלק.

Zvýraznění

Sdílet

Kopírovat

None

Chceš mít své zvýrazněné verše uložené na všech zařízeních? Zaregistruj se nebo se přihlas