YouVersion
Pictograma căutare

במִדְבר לו

לו
1און די הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון דער משפּחה פֿון די קינדער פֿון גִלעָד, דעם זון פֿון מָכיר, דעם זון פֿון מנַשֶהן, פֿון די משפּחות פֿון די קינדער פֿון יוֹסף, האָבן גענענט, און האָבן גערעדט פֿאַר משהן, און פֿאַר די פֿירשטן, די הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, 2און זײ האָבן געזאָגט: ה׳ האָט באַפֿױלן מײַן האַר צו געבן דאָס לאַנד אין נחלה לױט גורל צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און מײַן האַר איז באַפֿױלן געװאָרן פֿון ה׳ צו געבן די נחלה פֿון אונדזער ברודער צלָפֿחָדן צו זײַנע טעכטער. 3און אַז זײ װעלן װערן פֿאַר װײַבער צו אײנעם פֿון די זין פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װעט זײער נחלה געמינערט װערן פֿון דער נחלה פֿון אונדזערע פֿאָטערס, און װעט צוגעלײגט װערן צו דער נחלה פֿון דעם שבֿט װאָס זײ װעלן צו אים געהערן; אַזױ װעט געמינערט װערן פֿון דעם גורל פֿון אונדזער נחלה. 4אַפֿילו אַז יוֹבֿל װעט זײַן בײַ די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װעט זײער נחלה בלײַבן צוגעלײגט צו דער נחלה פֿון דעם שבֿט װאָס זײ װעלן צו אים געהערן, און זײער נחלה װעט געמינערט װערן פֿון דער נחלה פֿון אונדזערע פֿאָטערס.
5האָט משה באַפֿױלן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל לױט דעם מױל פֿון ה׳, אַזױ צו זאָגן: גערעכט טענהט דער שבֿט פֿון די קינדער פֿון יוֹסף. 6דאָס איז די זאַך װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן װעגן די טעכטער פֿון צלָפֿחָדן, אַזױ צו זאָגן: זײ מעגן װערן פֿאַר װײַבער צו דעם װאָס װעט װױלגעפֿעלן אין זײערע אױגן, אָבער אין דער משפּחה פֿון דעם שבֿט פֿון זײער פֿאָטער זאָלן זײ װערן פֿאַר װײַבער. 7כּדי אַ נחלה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָל נישט איבערגײן פֿון שבֿט צו שבֿט; נײַערט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלן זײַן באַהעפֿט איטלעכער אָן דער נחלה פֿון דעם שבֿט פֿון זײַנע פֿאָטערס. 8און יעטװעדער טאָכטער פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס ירשעט אַ נחלה, מוז װערן פֿאַר אַ װײַב צו אײנעם פֿון דער משפּחה פֿון איר פֿאָטערס שבֿט; כּדי די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלן ירשען איטלעכער די נחלה פֿון זײַנע פֿאָטערס. 9און אַ נחלה זאָל נישט איבערגײן פֿון אײן שבֿט צו אַן אַנדער שבֿט; נײַערט די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלן זײַן באַהעפֿט איטלעכער אָן זײַן נחלה.
10אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן, אַזױ האָבן די טעכטער פֿון צלָפֿחָדן געטאָן. 11און מַחלָה, תִּרצָה, און חָגלָה, און מִלכָּה, און נוֹעָה, די טעכטער פֿון צלָפֿחָדן, זײַנען געװאָרן פֿאַר װײַבער צו די זין פֿון זײערע פֿעטערס. 12אין די משפּחות פֿון די קינדער פֿון מנַשֶה דעם זון פֿון יוֹספֿן זײַנען זײ געװאָרן פֿאַר װײַבער, און זײער נחלה איז געבליבן אין דעם שבֿט פֿון זײער פֿאָטערס משפּחה.
13דאָס זײַנען די געבאָט און די געזעצן װאָס ה׳ האָט געבאָטן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל דורך משהן אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ בײַם יַרדן לעבן יריחוֹ.

Evidențiere

Copiază

Compară

Împărtășește

None

Dorești să ai evidențierile salvate pe toate dispozitivele? Înscrie-te sau conectează-te