YouVersion
Pictograma căutare

במִדְבר טו

טו
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איר װעט קומען אין דעם לאַנד פֿון אײַער באַזעצונג װאָס איך גיב אײַך, 3און איר װעט מאַכן אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳, אַ בראַנדאָפּפֿער אָדער אַ שלאַכטאָפּפֿער, לױט אַ קלאָר אַרױסגערעדטן נדר, אָדער װי אַ פֿרײַװיליקע נדבֿות, אָדער אין אײַערע יוֹם-טובֿים, כּדי צו מאַכן אַ געשמאַקן ריח צו ה׳, פֿון רינדער אָדער פֿון שאָף, 4זאָל דער װאָס ברענגט זײַן קָרבָּן צו ה׳, ברענגען אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿון אַ צענטל אֵיפֿה זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אַ פֿערטל הין אײל; 5און װײַן פֿאַר אַ גיסאָפּפֿער, אַ פֿערטל הין, זאָלסטו מאַכן מיטן בראַנדאָפּפֿער אָדער צום שלאַכטאָפּפֿער, פֿאַר איטלעכן שעפּס. 6אױב צו אַ װידער, זאָלסטו מאַכן אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿון צװײ צענטל זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל אַ דריטל הין; 7און װײַן פֿאַר אַ גיסאָפּפֿער, אַ דריטל הין, זאָלסטו ברענגען פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳. 8און אַז דו װעסט מאַכן אַ יונג רינד פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער אָדער אַ שלאַכטאָפּפֿער, לױט אַ קלאָר אַרױסגערעדטן נדר, אָדער פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער צו ה׳, 9זאָל מען ברענגען מיטן יונגן רינד אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿון דרײַ צענטל זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל אַ האַלבן הין; 10און װײַן זאָלסטו ברענגען פֿאַר אַ גיסאָפּפֿער אַ האַלבן הין, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳. 11אַזױ זאָל געטאָן װערן צו איטלעכן אָקס, אָדער צו איטלעכן װידער, אָדער צו אַ לאַם פֿון שעפּסן אָדער פֿון ציגן. 12װי נאָך דער צאָל װאָס איר װעט מאַכן; אַזױ זאָלט איר טאָן צו איטלעכן, לױט זײער צאָל. 13יעטװעדער אײַנגעבאָרענער זאָל אַזױ מאַכן די דאָזיקע, בײַם ברענגען אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳. 14און אַז בײַ אײַך װעט זיך אױפֿהאַלטן אַ פֿרעמדער, אָדער װער נאָר עס װעט זײַן צװישן אײַך, אין אײַערע דור-דורות, און ער װעט מאַכן אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳, זאָל ער טאָן אַזױ װי איר טוט. 15קהל! אײן געזעץ זאָל זײַן פֿאַר אײַך און פֿאַר דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף, אַן אײביק געזעץ אױף אײַערע דור-דורות; װי איר, אַזױ זאָל זײַן דער פֿרעמדער פֿאַר ה׳. 16אײן תּורה און אײן דין זאָל זײַן פֿאַר אײַך און פֿאַר דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף בײַ אײַך.
17און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 18רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איר קומט אין דעם לאַנד װאָס איך ברענג אײַך אַהין, 19איז, אַז איר עסט פֿון דעם ברױט פֿון לאַנד, זאָלט איר אָפּשײדן אַן אָפּשײדונג צו ה׳. 20דאָס ערשטע פֿון אײַערע טײגמולטערס זאָלט איר אָפּשײדן אַ חלה פֿאַר אַן אָפּשײדונג; װי די אָפּשײדונג פֿון דרעש-שײַער, אַזױ זאָלט איר עס אָפּשײדן. 21פֿון דעם ערשטן פֿון אײַערע טײגמולטערס זאָלט איר געבן אַן אָפּשײדונג צו ה׳ אױף אײַערע דור-דורות.
22און אַז איר װעט פֿאַרזען, און איר װעט נישט טאָן אַלע די דאָזיקע געבאָט װאָס ה׳ האָט אָנגעזאָגט משהן, 23אַלץ װאָס ה׳ האָט אײַך באַפֿױלן דורך משהן, פֿון דעם טאָג װאָס ה׳ האָט עס באַפֿױלן און װײַטער, אױף אײַערע דור-דורות, 24איז, אױב עס איז, פֿאַרהױלן פֿון די אױגן פֿון דער עדה, געטאָן געװאָרן דורך אַ פֿאַרזע, זאָל די גאַנצע עדה מאַכן אײן יונגן אָקס פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳, מיט זײַן שפּײַזאָפּפֿער און זײַן גיסאָפּפֿער, אַזױ װי דער דין; און אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער. 25און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ זאָל פֿאַרגעבן װערן, װײַל אַ פֿאַרזע איז דאָס, און זײ האָבן געבראַכט זײער קָרבָּן, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳, און זײער זינדאָפּפֿער פֿאַר ה׳, פֿאַר זײער פֿאַרזע. 26און דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן זײ, װעט פֿאַרגעבן װערן, װאָרעם בײַ דעם גאַנצן פֿאָלק איז דאָס געװען דורך אַ פֿאַרזע.
27אױב אָבער אַן אײנצלנער מענטש װעט זינדיקן דורך אַ פֿאַרזע, זאָל ער ברענגען אַ יאָריקע ציג פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער. 28און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף דעם מענטשן װאָס פֿאַרזעט, װען ער זינדיקט דורך אַ פֿאַרזע פֿאַר ה׳; כּדי מכַפּר צו זײַן אױף אים, אַז אים זאָל פֿאַרגעבן װערן. 29פֿאַר דעם אײַנגעבאָרענעם צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און פֿאַר דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן זײ – אײן געזעץ זאָל זײַן בײַ אײַך פֿאַר דעם װאָס טוט עפּעס דורך אַ פֿאַרזע.
30אָבער דער מענטש װאָס טוט מיט אַ הױכער האַנט, פֿון די אײַנגעבאָרענע, אָדער פֿון די פֿרעמדע, לעסטערט ער ה׳, און יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון צװישן איר פֿאָלק. 31װאָרעם דאָס װאָרט פֿון ה׳ האָט ער פֿאַראַכט, און זײַן געבאָט האָט ער פֿאַרשטערט; פֿאַרשניטן מוז פֿאַרשניטן װערן יענע זעל, איר זינד איז אױף איר.
32און װען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געװען אין דער מדבר, האָבן זײ געפֿונען אַ מאַן קלײַבנדיק האָלץ אום שבת. 33האָבן די װאָס האָבן אים געפֿונען קלײַבנדיק האָלץ, אים געבראַכט צו משהן און צו אַהרֹנען און צו דער גאַנצער עדה. 34און מע האָט אים אַרײַנגעזעצט אין װאַך, װאָרעם עס איז נישט באַשײדט געװאָרן װאָס אים זאָל געטאָן װערן. 35האָט ה׳ געזאָגט צו משהן: טײטן זאָל געטײט װערן דער מאַן; די גאַנצע עדה זאָל אים פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער אױסן לאַגער. 36און די גאַנצע עדה האָט אים אַרױסגעפֿירט אױסן לאַגער, און זײ האָבן אים פֿאַרװאָרפֿן מיט שטײנער, און ער איז געשטאָרבן; אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.
37און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 38רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ, זײ זאָלן זיך מאַכן ציצִת אױף די עקן פֿון זײערע קלײדער, אױף זײערע דור-דורות; און זײ זאָלן אַרײַנטאָן אין די ציצִת פֿון עק קלײד אַ בלאָען פֿאָדעם. 39און דאָס זאָל אײַך זײַן פֿאַר ציצית, אַז איר זאָלט עס זען, און געדענקען אַלע געבאָט פֿון ה׳, און זײ טאָן, און איר זאָלט נישט נאָכגײן נאָך אײַער האַרצן און נאָך אײַערע אױגן, װאָס איר זײַט פֿאַרפֿירט נאָך זײ; 40כּדי איר זאָלט געדענקען און טאָן אַלע מײַנע געבאָט, און זײַן הײליק צו אלוקיכם. 41איך בין ה׳ אלוקיכם װאָס האָט אײַך אַרױסגעצױגן פֿון דעם לאַנד מִצרַיִם, אײַך צו זײַן צום אלֹקים: איך בין ה׳ אלוקיכם.

Evidențiere

Copiază

Compară

Împărtășește

None

Dorești să ai evidențierile salvate pe toate dispozitivele? Înscrie-te sau conectează-te