שמוּאֵל אַ ט
ט
1און עס איז געװען אַ מאַן פֿון בנימין, װאָס זײַן נאָמען איז געװען קיש דער זון פֿון אַבֿיאֵל, דעם זון פֿון צרָור, דעם זון פֿון בכוֹרַת, דעם זון פֿון אַפֿיחַ, דעם זון פֿון אַ מאַן אַ בנימינער, אַ העלדישער גיבור. 2און ער האָט געהאַט אַ זון, װאָס זײַן נאָמען איז געװען שָאול, יונג און שײן, און קײנער פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל איז נישט געװען שענער פֿון אים; פֿון זײַן אַקסל און אַרױף איז ער געװען העכער פֿון גאַנצן פֿאָלק.
3זײַנען פֿאַרלאָרן געװאָרן די אײזעלינס בײַ קיש דעם פֿאָטער פֿון שָאולן, און קיש האָט געזאָגט צו זײַן זון שָאולן: נעם אַקאָרשט מיט דיר אײנעם פֿון די יונגען, און שטײ אױף, גײ זוך די אײזעלינס.
4איז ער דורכגעגאַנגען דורכן געבערג פֿון אפֿרים און איז דורכגעגאַנגען דורך לאַנד שָלִשָה, און זײ האָבן נישט געפֿונען; און זײ זײַנען דורכגעגאַנגען דורך לאַנד שַעֲלים, און נישטאָ; און ער איז דורכגעגאַנגען דורך לאַנד בנימין, און זײ האָבן נישט געפֿונען. 5װי זײ זײַנען געקומען אין לאַנד צוף, אַזױ האָט שָאול געזאָגט צו זײַן יונג װאָס מיט אים: קום און לאָמיר זיך אומקערן, װאָרעם מײַן פֿאָטער װעט נאָך אױפֿהערן זיך קימערן אום די אײזעלינס, און װעט דאגהן װעגן אונדז. 6האָט ער צו אים געזאָגט: זע, איך בעט דיך, אַ מאַן פֿון ג-ט איז דאָ אין דער דאָזיקער שטאָט, און דער מאַן איז אָנגעזען; אַלץ װאָס ער רעדט, קומט זיכער אָן. לאָמיר אַצונד גײן אַהין, אפֿשר װעט ער אונדז זאָגן װעגן אונדזער װעג װאָס מיר גײען אױף אים. 7האָט שָאול געזאָגט צו זײַן יונג: אָבער זע, אַז מיר װעלן גײן, װאָס װעלן מיר ברענגען דעם מאַן? װאָרעם דאָס ברױט איז אױסגעגאַנגען פֿון אונדזערע כּלים, און אַ מתּנה צו ברענגען דעם מאַן פֿון ג-ט איז נישטאָ; װאָס איז דאָ בײַ אונדז? 8האָט דער יונג װידער געענטפֿערט שָאולן און האָט געזאָגט: אָט געפֿינט זיך אין מײַן האַנט אַ פֿערטל שקל זילבער, װעל איך געבן דעם מאַן פֿון ג-ט, און ער װעט אונדז זאָגן אונדזער װעג.
9פֿריִער אין יִשׂרָאֵל, האָט אַ מאַן אַזױ געזאָגט, אַז ער איז געגאַנגען פֿרעגן בײַ אלֹקים: קומט און לאָמיר גײן צום זעער; װאָרעם דעם נבֿיא פֿון הײַנט פֿלעגט מען פֿריִער רופֿן זעער.
10האָט שָאול געזאָגט צו זײַן יונג: דײַן װאָרט איז גוט; קום לאָמיר גײן. און זײ זײַנען אַװעק צו דער שטאָט װאָס דאָרטן איז געװען דער מאַן פֿון ג-ט. 11װי זײ גײען אַרױף דעם אַרױפֿגאַנג פֿון שטאָט, אַזױ האָבן זײ אָנגעטראָפֿן מײדלעך װאָס גײען אַרױס שעפּן װאַסער, און זײ האָבן צו זײ געזאָגט: איז דאָ פֿאַראַן דער זעער? 12האָבן זײ געענטפֿערט און געזאָגט: ער איז דאָ, אָן פֿאַר דיר. אײַל זיך אַצונד, װאָרעם הײַנט איז ער געקומען אין שטאָט, װײַל הײַנט איז אַן שלאַכטאָפּפֿער בײַם פֿאָלק אױף דער בָמָה. 13װי איר קומט אַרײַן אין שטאָט, אַזױ װעט איר אים טרעפֿן, אײדער ער גײט אַרױף אױף דער בָמָה צו עסן; װײַל דאָס פֿאָלק עסט נישט ביז ער קומט, װאָרעם ער בענטשט דאָס שלאַכטאָפּפֿער, דערנאָך עסן די גערופֿענע. און אַצונד גײט אַרױף, װאָרעם גראָד הײַנט װעט איר אים טרעפֿן.
14זײַנען זײ אַרױפֿגעגאַנגען צו דער שטאָט. זײ קומען אַרײַן אין שטאָט, ערשט שמוּאֵל גײט אַרױס אַקעגן זײ, כּדי אַרױפֿצוגײן אױף דער בָמָה. 15און ה׳ האָט אַנטפּלעקט שמוּאֵלס אױער אײן טאָג פֿאַר שָאולס קומען, אַזױ צו זאָגן: 16מאָרגן אין דער צײַט װעל איך שיקן צו דיר אַ מאַן פֿון לאַנד בנימין, זאָלסטו אים זאַלבן פֿאַר אַ פֿירשט איבער מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, און ער װעט העלפֿן מײַן פֿאָלק פֿון דער האַנט פֿון די פּלִשתּים, װאָרעם איך האָב צוגעזען מײַן פֿאָלק, װײַל זײַן געשרײ איז געקומען צו מיר.
17און װי שמוּאֵל האָט דערזען שָאולן, אַזױ האָט ה׳ אױסגערופֿן צו אים: אָט איז דער מאַן װאָס איך האָב דיר געזאָגט: דער דאָזיקער װעט הערשן אױף מײַן פֿאָלק. 18און שָאול האָט גענענט צו שמוּאֵלן אין מיטן טױער, און האָט געזאָגט: זאָג מיר, איך בעט דיך, װוּ איז דאָ דאָס הױז פֿון דעם זעער? 19האָט שמוּאֵל געענטפֿערט שָאולן און האָט געזאָגט: איך בין דער זעער; גײ אַרױף מיר פֿאַרױס צו דער בָמָה, און איר װעט עסן מיט מיר הײַנט, און אין דער פֿרי װעל איך דיך אַװעקשיקן, און אַלץ װאָס אױף דײַן האַרצן װעל איך דיר זאָגן.
20און װעגן די אײזעלינס װאָס זײַנען בײַ דיר פֿאַרלאָרן שױן הײַנט דרײַ טעג, אױף זײ זאָלסטו נישט לײגן דײַן האַרץ, װאָרעם זײ זײַנען געפֿונען געװאָרן. און פֿאַר װעמען איז אַל דאָס גלוסטיקע פֿון יִשׂרָאֵל, אױב נישט פֿאַר דיר און פֿאַר דעם גאַנצן הױז פֿון דײַן פֿאָטער? 21האָט געענטפֿערט שָאול און האָט געזאָגט: בין איך נישט פֿון בנימין, פֿון די קלענסטע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, און מײַן משפּחה די מינדסטע פֿון אַלע משפּחות פֿון שבֿט בנימין? און פֿאַר װאָס רעדסטו צו מיר אַזאַ זאַך?
22האָט שמוּאֵל גענומען שָאולן און זײַן יונג, און ער האָט זײ אַרײַנגעבראַכט אין קאַמער, און האָט זײ געגעבן אַן אָרט אױבן אָן פֿון די גערופֿענע, װאָס זײַנען געװען אַרום דרײַסיק מאַן. 23און שמוּאֵל האָט געזאָגט צו דעם קוכער: דערלאַנג דעם חלק װאָס איך האָב דיר געגעבן, װאָס איך האָב דיר אָנגעזאָגט: לײג אים אַװעק בײַ דיר. 24האָט דער קוכער אױפֿגעהױבן דעם שענקל און װאָס אױף אים, און אַװעקגעלײגט פֿאַר שָאולן, און האָט געזאָגט: אָט איז דאָס איבערגעלאָזענע; לײג פֿאַר דיר, עס, װאָרעם אױף דער באַשטימטער צײַט איז עס געהאַלטן געװאָרן פֿאַר דיר; אַזױ צו זאָגן: איך האָב דאָך דאָס פֿאָלק פֿאַררופֿן. האָט שָאול געגעסן מיט שמוּאֵלן אין יענעם טאָג. 25און זײ האָבן אַראָפּגענידערט פֿון דער בָמָה אין שטאָט; און ער האָט גערעדט מיט שָאולן אױפֿן דאַך.
26און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען פֿרי; און עס איז געװען, װי דער פֿרימאָרגן איז אױפֿגעגאַנגען, אַזױ האָט שמוּאֵל גערופֿן צו שָאולן אױפֿן דאַך, אַזױ צו זאָגן: שטײ אױף, און איך װעל דיך אַרױסבאַלײטן. איז שָאול אױפֿגעשטאַנען, און זײ זײַנען בײדע אַרױסגעגאַנגען דערױסן, ער און שמוּאֵל. 27װי זײ נידערן אַראָפּ צום עק שטאָט, אַזױ האָט שמוּאֵל געזאָגט צו שָאולן: זאָג דעם יונג, ער זאָל אַװעקגײן אונדז פֿאַרױס – און ער איז אַװעקגעגאַנגען – און דו שטײ אַקאָרשט, און איך װעל דיך לאָזן הערן דאָס װאָרט פֿון אלֹקים.
လက္ရွိေရြးခ်ယ္ထားမွု
שמוּאֵל אַ ט: OYNEVIIM
အေရာင္မွတ္ခ်က္
မၽွေဝရန္
ကူးယူ
မိမိစက္ကိရိယာအားလုံးတြင္ မိမိအေရာင္ခ်ယ္ေသာအရာမ်ားကို သိမ္းဆည္းထားလိုပါသလား။ စာရင္းသြင္းပါ (သို႔) အေကာင့္ဝင္လိုက္ပါ
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025