שמוּאֵל אַ ח
ח
1און עס איז געװען, אַז שמוּאֵל איז אַלט געװאָרן, האָט ער געמאַכט זײַנע זין שוֹפֿטים אױף יִשׂרָאֵל. 2און דער נאָמען פֿון זײַן ערשטגעבױרענעם זון איז געװען יוֹאֵל, און דער נאָמען פֿון דעם צװײטן פֿון אים אַבֿיָה; זײ זײַנען געװען שוֹפֿטים אין באֵר-שֶבַֿע. 3און זײַנע זין זײַנען נישט געגאַנגען אין זײַנע װעגן, און זײ האָבן זיך אָפּגענײגט נאָך געװין, און האָבן גענומען שוחד, און פֿאַרדרײט דעם משפּט.
4האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אַלע עלטסטער פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ זײַנען געקומען צו שמוּאֵלן קײן רָמָה, 5און האָבן צו אים געזאָגט: זע, דו ביסט אַלט, און דײַנע זין גײען נישט אין דײַנע װעגן. אַצונד מאַך אונדז אַ מלך צו משפּטן אַזױ װי אַלע פֿעלקער.
6און די זאַך איז געװען שלעכט אין די אױגן פֿון שמוּאֵלן, אַז זײ האָבן געזאָגט: גיב אונדז אַ מלך אונדז צו משפּטן. און שמוּאֵל האָט מתפּלל געװען צו ה׳. 7האָט ה׳ געזאָגט צו שמוּאֵלן: הער צו דעם קֹול פֿון דעם פֿאָלק אין אַלץ װאָס זײ זאָגן צו דיר; װאָרעם נישט דיך האָבן זײ פֿאַראַכט, נאָר מיך האָבן זײ פֿאַראַכט פֿון צו קיניגן איבער זײ. 8אַזױ װי אַלע זײערע טוּונגען װאָס זײ האָבן געטאָן פֿון דעם טאָג װאָס איך האָב זײ אױפֿגעבראַכט פֿון מִצרַיִם און ביז הײַנטיקן טאָג, װאָס זײ האָבן מיך פֿאַרלאָזן און געדינט פֿרעמדע ג‑טער, אַזױ טוען זײ אױך צו דיר. 9און אַצונד, הער צו זײער קֹול, נאָר װאָרענען זאָלסטו זײ װאָרענען, און זײ דערצײלן דעם שטײגער פֿון דעם מלך װאָס װעט קיניגן איבער זײ.
10האָט שמוּאֵל געזאָגט אַלע װערטער פֿון ה׳ צו דעם פֿאָלק װאָס האָט פֿאַרלאַנגט פֿון אים אַ מלך. 11און ער האָט געזאָגט: דאָס װעט זײַן דער שטײגער פֿון דעם מלך װאָס װעט קיניגן איבער אײַך: אײַערע זין װעט ער צונעמען און װעט זײ פֿאַרטאָן פֿאַר זיך בײַ זײַן רײַטװאָגן, און בײַ זײַנע פֿערד, און זײ װעלן לױפֿן פֿאַר זײַן רײַטװאָגן.
12און ער װעט זײ זיך מאַכן פֿאַר הױפּטלײַט פֿון טױזנט, און הױפּטלײַט פֿאַר פֿופֿציק, און אױף צו אַקערן זײַן אַקער, און צו שנײַדן זײַן שניט, און צו מאַכן זײַנע כּלי-מלחמה, און די שפּאַנצײַג פֿון זײַנע רײַטװעגן. 13און אײַערע טעכטער װעט ער צונעמען פֿאַר בשׂמים-מאַכערינס, און פֿאַר קעכינס, און פֿאַר בעקערינס. 14און אײַערע בעסטע פֿעלדער און װײַנגערטנער און אײלבערטגערטנער װעט ער צונעמען און אַװעקשענקען צו זײַנע קנעכט. 15און פֿאַר אײַערע זאָמען און אײַערע װײַנגערטנער װעט ער נעמען מעשׂר, און אַװעקשענקען צו זײַנע הױפֿדינער און צו זײַנע קנעכט. 16און אײַערע קנעכט און אײַערע דינסטן און אײַערע בעסטע בחורים און אײַערע אײזלען װעט ער צונעמען, און פֿאַרטאָן פֿאַר זײַן אַרבעט. 17פֿון אײַערע שאָף װעט ער נעמען מעשׂר; און איר װעט זײַן קנעכט בײַ אים. 18און איר װעט שרײַען אין יענעם טאָג פֿון װעגן אײַער מלך װאָס איר האָט אײַך אױסדערװײלט, און ה׳ װעט אײַך נישט ענטפֿערן אין יענעם טאָג.
19אָבער דאָס פֿאָלק האָט נישט געװאָלט צוהערן צו דעם קֹול פֿון שמוּאֵלן, און זײ האָבן געזאָגט: נײן, נאָר דװקא אַ מלך מוז זײַן איבער אונדז, 20אַז מיר זאָלן אױך זײַן אַזױ װי אַלע פֿעלקער, און אונדזער מלך זאָל אונדז משפּטן, און אַרױסגײן אונדז פֿאַרױס, און פֿירן אונדזערע מלחמות.
21און שמוּאֵל האָט געהערט אַלע װערטער פֿון פֿאָלק, און ער האָט זײ דערצײלט אין די אױערן פֿון ה׳. 22און ה׳ האָט געזאָגט צו שמוּאֵלן: הער צו זײער קֹול, און זאָלסט זײ מאַכן אַ מלך.
האָט שמוּאֵל געזאָגט צו די מענער פֿון יִשׂרָאֵל: גײט איטלעכער צו זײַן שטאָט.
လက္ရွိေရြးခ်ယ္ထားမွု
שמוּאֵל אַ ח: OYNEVIIM
အေရာင္မွတ္ခ်က္
မၽွေဝရန္
ကူးယူ
မိမိစက္ကိရိယာအားလုံးတြင္ မိမိအေရာင္ခ်ယ္ေသာအရာမ်ားကို သိမ္းဆည္းထားလိုပါသလား။ စာရင္းသြင္းပါ (သို႔) အေကာင့္ဝင္လိုက္ပါ
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025