YouVersion လိုဂို
ရွာရန္ အိုင္ကြန္

ברֵאשִית נ

נ
1און יוֹסף איז געפֿאַלן אױף זײַן פֿאָטערס פּנים, און ער האָט געװײנט איבער אים, און האָט אים געקושט. 2און יוֹסף האָט באַפֿױלן זײַנע קנעכט די רוֹפֿאים {רפא}#יְשַעְיָה 53‏.5 אײַנצובאַלזאַמירן זײַן פֿאָטער; און די רוֹפֿאים האָבן אײַנגעבאַלזאַמירט יִשׂרָאֵלן. 3און עס זײַנען דערפֿילט געװאָרן איבער אים פֿערציק טעג, װאָרום אַזױ פֿיל טעג מוזן דערפֿילט װערן בײַם אײַנבאַלזאַמירן. און די מִצרַיִם האָבן אים באַװײנט זיבעציק טעג.
4און אַז די טעג פֿון זײַן באַװײנונג זײַנען אַריבער, האָט יוֹסף גערעדט צו פַּרעהס הױז, אַזױ צו זאָגן: אױב, איך בעט דיך, איך האָב געפֿונען חֵן אין אײַערע אױגן, רעדט, איך בעט אײַך, אין די אױערן פֿון פַּרעהן, אַזױ צו זאָגן: 5מײַן פֿאָטער האָט מיך באַשװאָרן, אַזױ צו זאָגן: זע, איך שטאַרב; אין מײַן קבֿר#יחֶזקֵאל 37‏.13 {קֶבֶר}#יְשַעְיָה 53‏.9 װאָס איך האָב מיר געגראָבן אין לאַנד כּנַעַן, דאָרטן זאָלסטו מיך באַגראָבן. און אַצונד, לאָמיך אַרױפֿגײן, איך בעט דיך, און באַגראָבן מײַן פֿאָטער, און זיך אומקערן.
6האָט פַּרעה געזאָגט: גײ אַרױף, און באַגראָב דײַן פֿאָטער, אַזױ װי ער האָט דיך באַשװאָרן. 7איז יוֹסף אַרױפֿגעגאַנגען צו באַגראָבן זײַן פֿאָטער, און מיט אים זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אַלע קנעכט פֿון פַּרעהן, די עלטסטע פֿון זײַן הױז, און אַלע עלטסטע פֿון לאַנד מִצרַיִם, 8און דאָס גאַנצע הױזגעזינט פֿון יוֹספֿן, און זײַנע ברידער, און זײַן פֿאָטערס הױזגעזינט; בלױז זײערע קלײנע קינדער, און זײערע שאָף און זײערע רינדער, האָבן זײ איבערגעלאָזן אין לאַנד גוֹשֶן. 9אױך רײַטער און רײַטװעגן זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען מיט אים, און די מחנה איז געװען זײער גרױס.
10און זײ זײַנען געקומען ביז דעם שײַער פֿון אָטָד װאָס אױף יענער זײַט יַרדן, און האָבן דאָרטן געקלאָגט זײער אַ גרױסע און שװערע קלאָג; און ער האָט געמאַכט אַ טרױער אױף זײַן פֿאָטער זיבן טעג.
11און דער באַװױנער פֿון לאַנד, דער כּנַעֲני, האָט געזען דעם טרױער בײַ דעם שײַער פֿון אָטָד, און זײ האָבן געזאָגט: אַ שװערער טרױער איז דאָס בײַ מִצרַיִם. דערום האָט מען גערופֿן דעם נאָמען דערפֿון אָבֵל-מִצרַיִם, װאָס אױף יענער זײַט יַרדן.
12און זײַנע זין האָבן געטאָן צו אים אַזױ װי ער האָט זײ באַפֿױלן. 13און זײַנע זין האָבן אים אַװעקגעטראָגן קײן לאַנד כּנַעַן, און האָבן אים באַגראָבן אין דער הײל פֿון דעם פֿעלד פֿון מַכפֵּלָה, װאָס אבֿרהם האָט אָפּגעקױפֿט מיטן פֿעלד, פֿאַר אַ קבֿר-אײגנטום, פֿון עֶפֿרוֹן דעם חִתּי, פֿאַר מַמרֵא.
14און יוֹסף האָט זיך אומגעקערט קײן מִצרַיִם, נאָכדעם װי ער האָט באַגראָבן זײַן פֿאָטער, ער און זײַנע ברידער, און אַלע װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען מיט אים צו באַגראָבן זײַן פֿאָטער.
15און װי יוֹספֿס ברידער האָבן געזען אַז זײער פֿאָטער איז טױט, אַזױ האָבן זײ געזאָגט: אפֿשר װעט אונדז יוֹסף טראָגן אַ שׂינאה, און אומקערן װעט ער אונדז אומקערן אַל דאָס שלעכטס װאָס מיר האָבן אים געטאָן. 16און זײ האָבן געהײסן זאָגן יוֹספֿן: דײַן פֿאָטער האָט באַפֿױלן פֿאַר זײַן טױט,#יְשַעְיָה 53‏.10 אַזױ צו זאָגן: 17אַזױ זאָלט איר זאָגן צו יוֹספֿן: פֿאַרגיב, איך בעט דיך, דעם פֿאַרברעך פֿון דײַנע ברידער און זײער חטא, װאָס זײ האָבן דיר שלעכטס געטאָן. און אַצונד, פֿאַרגיב, איך בעט דיך, דעם פֿאַרברעך פֿון די קנעכט פֿון דײַן פֿאָטערס ג-ט. און יוֹסף האָט געװײנט אַז מע האָט צו אים גערעדט.
18און זײַנע ברידער זײַנען אױך געגאַנגען און זײַנען אַנידערגעפֿאַלן פֿאַר אים, און האָבן געזאָגט: זע, מיר זײַנען דײַנע קנעכט. 19האָט יוֹסף צו זײ געזאָגט: איר זאָלט נישט מורא האָבן; בין איך דען אױף דעם אָרט פֿון אלֹקים? 20װאָרום איר האָט געמײנט אַ רעה פֿאַר מיר, אָבער אלֹקים האָט עס געמײנט פֿאַר אַ טוֹבֿה, כּדי צו מאַכן אַזױ װי הײַנטיקן טאָג, צו דערהאַלטן בײַם לעבן אַ סך פֿאָלק. 21און אַצונד, זאָלט איר נישט מורא האָבן; איך װעל אױסהאַלטן אײַך און אײַערע געזינטן. און ער האָט זײ געטרײסט, און זײ גערעדט צום האַרצן.
22און יוֹסף איז געבליבן אין מִצרַיִם, ער און זײַן פֿאָטערס הױזגעזינט; און יוֹסף האָט געלעבט הונדערט און צען יאָר. 23און יוֹסף האָט געזען פֿון אפֿרימען אוראײניקלעך; אױך די קינדער פֿון מָכיר, מנַשֶהס זון, זײַנען געבאָרן געװאָרן אױף יוֹספֿס קני.
24און יוֹסף האָט געזאָגט צו זײַנע ברידער: איך שטאַרב; אָבער דערמאָנען װעט זיך אלֹקים דערמאָנען אָן אײַך, און ער װעט אײַך אױפֿברענגען פֿון דעם היגן לאַנד צו דעם לאַנד װאָס ער האָט צוגעשװאָרן אבֿרהמען, יִצחָקן, און יעקבֿן. 25און יוֹסף האָט באַשװאָרן די זין פֿון יִשׂרָאֵלן, אַזױ צו זאָגן: דערמאָנען װעט זיך אלֹקים דערמאָנען אָן אײַך; זאָלט איר אױפֿברענגען מײַנע בײנער פֿון דאַנען.
26און יוֹסף איז געשטאָרבן צו הונדערט און צען יאָר. און מע האָט אים אײַנגעבאַלזאַמירט, און ער איז אַרײַנגעטאָן געװאָרן אין אַן אָרון אין מִצרַיִם.

လက္ရွိေရြးခ်ယ္ထားမွု

ברֵאשִית נ: OYT2023

အေရာင္မွတ္ခ်က္

မၽွေဝရန္

ကူးယူ

None

မိမိစက္ကိရိယာအားလုံးတြင္ မိမိအေရာင္ခ်ယ္ေသာအရာမ်ားကို သိမ္းဆည္းထားလိုပါသလား။ စာရင္းသြင္းပါ (သို႔) အေကာင့္ဝင္လိုက္ပါ