YouVersion လိုဂို
ရွာရန္ အိုင္ကြန္

שְמוֹת אַ

אַ
שְמוֹת
1און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װאָס זײַנען געקומען קײן מִצרַיִם מיט יעקבֿן; איטלעכער מיט זײַן הױזגעזינט זײַנען זײ געקומען: 2ראובֿן, שמעון, לֵוִי, און יהוּדה; 3יִשׂשָׂכָר, זבֿולון, און בנימין; 4דָן און נַפֿתָּלי, גָד און אָשֵר. 5און אַלע נפֿשות װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון יעקבֿס דיך, זײַנען געװען זיבעציק נפֿשות; און יוֹסף איז שױן געװען אין מִצרַיִם. 6איז געשטאָרבן יוֹסף, און אַלע זײַנע ברידער, און יענער גאַנצער דָור. 7און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך געפֿרוכפּערט, און זיך געװידמענט און געמערט, און זײ זײַנען געװאָרן זײער זײער שטאַרק, און דאָס גאַנצע לאַנד איז פֿול געװאָרן מיט זײ.
8איז אױפֿגעשטאַנען אַ נײַער מלך איבער מִצרַיִם, װאָס האָט נישט געקענט יוֹספֿן. 9און ער האָט געזאָגט צו זײַן פֿאָלק: זעט, דאָס פֿאָלק פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל איז מערער און שטאַרקער פֿון אונדז. 10קומט לאָמיר זיך קליגן קעגן אים; אַניט װעט ער זיך מערן, און עס װעט זײַן, אַז עס װעט זיך טרעפֿן אַ מלחמה, װעט ער אױך צושטײן צו אונדזערע פֿײַנט, און ער װעט מלחמה האַלטן אױף אונדז, און װעט אַרױסגײן פֿון לאַנד.
11האָבן זײ געמאַכט איבער זײ שָׂרֵי מִסִּים, כּדי זײ צו פּײַניקן מיט זײערע לאַסטאַרבעט, און ער האָט געבױט שפּײַכלערשטעט פֿאַר פַּרעהן, פִּתוֹם און רַעְמסֵס. 12אָבער װי זײ האָבן אים געפּײַניקט, אַזױ האָט ער זיך געמערט, און אַזױ האָט ער זיך צעשפּרײט; און זײ זײַנען געװען אין שרעק פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 13און די מִצרַיִם האָבן געמאַכט אַרבעטן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל מיט האַרטיקײט. 14און זײ האָבן פֿאַרביטערט זײער לעבן מיט שװערער אַרבעט, בײַ לײם און בײַ ציגל, און בײַ אַלערלײ אַרבעט אין פֿעלד; אַל די אַרבעט זײערע װאָס זײ האָבן מיט זײ געאַרבעט, איז געװען מיט האַרטיקײט.
15און דער מלך פֿון מִצרַיִם האָט גערעדט צו די יוּדישע הײבאַמען, װאָס דער נאָמען פֿון אײנער איז געװען שִפֿרָה, און דער נאָמען פֿון דער צװײטער פּועָה, 16און ער האָט געזאָגט: אַז איר העלפֿט די יוּדישע װײַבער געבערן, זאָלט איר זען אױפֿן בראָכשטול, אױב דאָס איז אַ זון, זאָלט איר אים טײטן, און אױב דאָס איז אַ טאָכטער, זאָל זי בלײַבן לעבן.
17אָבער די הײבאַמען האָבן מורא געהאַט פֿאַר האלֹקים, און זײ האָבן נישט געטאָן אַזױ װי דער מלך פֿון מִצרַיִם האָט זײ אָנגעזאָגט, און זײ האָבן געלאָזט לעבן די ייִנגלעך. 18האָט דער מלך פֿון מִצרַיִם גערופֿן די הײבאַמען, און האָט צו זײ געזאָגט: פֿאַר װאָס האָט איר געטאָן די דאָזיקע זאַך, און געלאָזט לעבן די ייִנגלעך? 19האָבן די הײבאַמען געזאָגט צו פַּרעהן: װײַל נישט אַזױ װי די מִצרישע װײַבער זײַנען די יוּדישע; װאָרום זײ זײַנען לעבהאַפֿטיק; אײדער די הײבאַם קומט צו זײ, האָבן זײ שױן געבאָרן.
20און אלֹקים האָט באַגיטיקט די הײבאַמען; און דאָס פֿאָלק האָט זיך געמערט, און זײ זײַנען געװאָרן זײער שטאַרק. 21און עס איז געװען, װײַל די הײבאַמען האָבן מורא געהאַט פֿאַר האלֹקים, האָט ער זײ געמאַכט הײַזער.
22און פַּרעה האָט באַפֿױלן זײַן גאַנצן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: יעטװעדער זון װאָס װערט געבאָרן, זאָלט איר אים אין טײַך אַרײַנװאַרפֿן, און יעטװעדער טאָכטער זאָלט איר לאָזן לעבן.

လက္ရွိေရြးခ်ယ္ထားမွု

שְמוֹת אַ: OYT2023

အေရာင္မွတ္ခ်က္

မၽွေဝရန္

ကူးယူ

None

မိမိစက္ကိရိယာအားလုံးတြင္ မိမိအေရာင္ခ်ယ္ေသာအရာမ်ားကို သိမ္းဆည္းထားလိုပါသလား။ စာရင္းသြင္းပါ (သို႔) အေကာင့္ဝင္လိုက္ပါ