ברֵאשִית מו
מו
1און יִשׂרָאֵל האָט אַװעקגעצױגן מיט אַלץ װאָס ער האָט געהאַט, און איז געקומען קײן באֵר-שֶבַֿע, און ער האָט געשאָכטן שלאַכטאָפּפֿער {זֶבַֿח} צו דעם ג-ט פֿון זײַן פֿאָטער יִצחָקן. 2און אלֹקים האָט גערעדט צו יִשׂרָאֵלן אין זעונגען פֿון דער נאַכט, און האָט געזאָגט: יעקבֿ, יעקבֿ! האָט ער געזאָגט: דאָ בין איך. 3האָט ער געזאָגט: איך בין הָאֵל דער ג-ט פֿון דײַן פֿאָטער, זאָלסט נישט מורא האָבן אַראָפּצונידערן קײן מִצרַיִם, װאָרום פֿאַר אַ גרױס פֿאָלק װעל איך דיך דאָרטן מאַכן. 4איך װעל אַראָפּנידערן מיט דיר קײן מִצרַיִם, און אױך אַרױפֿברענגען װעל איך דיך אַרױפֿברענגען. און יוֹסף װעט אַרױפֿטאָן זײַן האַנט אױף דײַנע אױגן.
5און יעקבֿ איז אױפֿגעשטאַנען פֿון באֵר-שֶבַֿע, און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געפֿירט זײער פֿאָטער יעקבֿן, און זײערע קלײנע קינדער, און זײערע װײַבער, אױף די װעגן װאָס פַּרעה האָט געשיקט אים צו פֿירן. 6און זײ האָבן גענומען זײערע פֿיך, און זײער פֿאַרמעג װאָס זײ האָבן אָנגעקליבן אין לאַנד כּנַעַן, און זײ זײַנען געקומען קײן מִצרַיִם, יעקבֿ און אַלע זײַנע קינדער מיט אים; 7זײַנע זין און זײַנע זינס זין מיט אים, זײַנע טעכטער, און זײַנע זינס טעכטער, און אַלע זײַנע קינדער, האָט ער געבראַכט מיט זיך קײן מִצרַיִם.
8און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װאָס זײַנען געקומען קײן מִצרַיִם, יעקבֿ און זײַנע קינדער: יעקבֿס בכוֹר ראובֿן. 9און די זין פֿון ראובֿנען: חַנוֹך, און פַּלוא, און חֶצרוֹן, און כַּרמי. 10און די זין פֿון שמעונען: ימואֵל, און יָמין, און אוֹהַד, און יָכין, און צוֹחַר, און שָאול דער זון פֿון אַ כּנַעֲנית. 11און די זין פֿון לֵוִין: גֵרשוֹן, קהָת,#שְמוֹת 6.18-20 און מרָרי. 12און די זין פֿון יהוּדהן: עֵר, און אוֹנָן, און שֵלָה, און פֶּרֶץ, און זֶרַח; און עֵר און אוֹנָן זײַנען געשטאָרבן אין לאַנד כּנַעַן. און די זין פֿון פֶּרֶצן זײַנען געװען חֶצרוֹן#רוּת 4.18-19 און חָמול. 13און די זין פֿון יִשׂשָׂכָרן: תּוֹלָע, און פּוּװָה, און יוֹב, און שִמרוֹן. 14און די זין פֿון זבֿולונען: סֶרֶד, און אֵלוֹן, און יַחלאֵל. 15דאָס זײַנען די זין פֿון לאהן, װאָס זי האָט געבאָרן יעקבֿן אין פַּדַן-אַרָם; דערצו זײַן טאָכטער דינה; אַלע נפֿשות פֿון זײַנע זין און זײַנע טעכטער, דרײַ און דרײַסיק. 16און די זין פֿון גָדן זײַנען געװען צִפֿיוֹן, און חַגי, שוני, און אֶצבוֹן, עֵרי, און אַרוֹדי, און אַראֵלי. 17און די קינדער פֿון אָשֵרן: יִמנָה, און יִשוָה, און יִשוִי, און בריעָה, און זײער שװעסטער שֶׂרַח; און די זין פֿון בריעָהן: חֶבֶֿר און מַלכּיאֵל. 18דאָס זײַנען די זין פֿון זִלפָּהן, װאָס לָבָֿן האָט געגעבן זײַן טאָכטער לאהן, און די דאָזיקע האָט זי געבאָרן יעקבֿן – זעכצן נפֿשות. 19די זין פֿון יעקבֿס װײַב רחלען זײַנען געװען יוֹסף און בנימין. 20און בײַ יוֹספֿן זײַנען געבאָרן געװאָרן אין לאַנד מִצרַיִם מנַשֶה און אפֿרים, װאָס אָסנַת די טאָכטער פֿון פּוֹטי-פֶּרַע דעם פּריסטער פֿון אוֹן האָט אים געבאָרן. 21און די זין פֿון בנימינען זײַנען געװען בֶלַע, און בֶכֶר, און אַשבֵל, גֵראָ, און נַעֲמָן, אֵחי, און רֹאש, מופּים, און חופּים, און אַרד. 22דאָס זײַנען די זין פֿון רחלען, װאָס זײַנען געבאָרן געװאָרן בײַ יעקבֿן: אַלע נפֿשות, פֿערצן. 23און די זין פֿון דָנען: חושים. 24און די זין פֿון נַפֿתָּלין: יַחצאֵל, און גוני, און יֵצֶר, און שִלֵם. 25דאָס זײַנען די זין פֿון בִלהָהן, װאָס לָבָֿן האָט געגעבן זײַן טאָכטער רחלען, און די דאָזיקע האָט זי געבאָרן יעקבֿן; אַלע נפֿשות, זיבן.
26אַלע נפֿשות פֿון יעקבֿן װאָס זײַנען געקומען קײן מִצרַיִם, די װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון זײַן דיך, אַחוץ די װײַבער פֿון יעקבֿס זין – אַלע נפֿשות זײַנען געװען זעקס און זעכציק. 27און יוֹספֿס זין, װאָס זײַנען אים געבאָרן געװאָרן אין מִצרַיִם, זײַנען געװען צװײ נפֿשות. אַלע נפֿשות פֿון יעקבֿס הױז װאָס זײַנען געקומען קײן מִצרַיִם, זיבעציק.
28און יהוּדהן האָט ער געשיקט פֿאַרױס פֿאַר זיך צו יוֹספֿן, צו װײַזן אים פֿאַרױס דעם װעג קײן גוֹשֶן; און זײ זײַנען אָנגעקומען קײן לאַנד גוֹשֶן.
29און יוֹסף האָט אײַנגעשפּאַנט זײַן רײַטװאָגן, און איז אַרױפֿגעגאַנגען אַנטקעגן זײַן פֿאָטער יִשׂרָאֵלן קײן גוֹשֶן. און װי ער האָט זיך געװיזן פֿאַר אים, אַזױ איז ער אים געפֿאַלן אױפֿן האַלדז, און ער האָט לאַנג געװײנט אױף זײַן האַלדז. 30און יִשׂרָאֵל האָט געזאָגט צו יוֹספֿן: אַצונד קען איך שטאַרבן, נאָכדעם װי איך האָב געזען דײַן פּנים, אַז דו לעבסט נאָך.
31און יוֹסף האָט געזאָגט צו זײַנע ברידער און צו זײַן פֿאָטערס הױזגעזינט: איך װעל אַרױפֿגײן און װעל דערצײלן פַּרעהן, און איך װעל אים זאָגן: מײַנע ברידער און מײַן פֿאָטערס הױזגעזינט, װאָס זײַנען געװען אין לאַנד כּנַעַן, זײַנען געקומען צו מיר. 32און די מענטשן זײַנען פּאַסטוכער פֿון שאָף, װאָרום זײ זײַנען מענטשן פֿון פֿיך; און זײערע שאָף און זײערע רינדער און אַלץ װאָס זײ האָבן, האָבן זײ מיטגעבראַכט. 33און עס װעט זײַן, אַז פַּרעה װעט אײַך רופֿן, און װעט זאָגן: װאָס איז אײַער טאָן? 34זאָלט איר זאָגן: מענטשן פֿון פֿיך זײַנען דײַנע קנעכט פֿון אונדזער יוגנט אָן און ביז אַצונד, אַזױ מיר, אַזױ אונדזערע עלטערן; כּדי איר זאָלט זיצן אין לאַנד גוֹשֶן, װאָרום אַן אומװערדיקײט בײַ די מִצרַיִם איז יעטװעדער פּאַסטוך פֿון שאָף.
လက္ရွိေရြးခ်ယ္ထားမွု
ברֵאשִית מו: OYT2023
အေရာင္မွတ္ခ်က္
မၽွေဝရန္
ကူးယူ

မိမိစက္ကိရိယာအားလုံးတြင္ မိမိအေရာင္ခ်ယ္ေသာအရာမ်ားကို သိမ္းဆည္းထားလိုပါသလား။ စာရင္းသြင္းပါ (သို႔) အေကာင့္ဝင္လိုက္ပါ
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh