ברֵאשִית מה
מה
1און יוֹסף האָט זיך נישט געקענט אײַנהאַלטן פֿאַר אַלע װאָס זײַנען געשטאַנען לעבן אים, און ער האָט אױסגערופֿן: פֿירט אַרױס אַלע מענטשן פֿון מיר. און קײן מענטש איז נישט געשטאַנען לעבן אים, װען יוֹסף האָט זיך דערקענט צו זײַנע ברידער. 2און ער האָט אַרױסגעלאָזט זײַן קֹול אין געװײן, און די מִצרַיִם האָבן געהערט; און דאָס הױז פֿון פַּרעהן האָט געהערט דערפֿון.
3און יוֹסף האָט געזאָגט צו זײַנע ברידער: איך בין יוֹסף; לעבט נאָך מײַן פֿאָטער? און זײַנע ברידער האָבן אים נישט געקענט ענטפֿערן, װאָרום זײ האָבן זיך דערשראָקן פֿאַר אים.
4האָט יוֹסף געזאָגט צו זײַנע ברידער: גענענט צו מיר, איך בעט אײַך. האָבן זײ גענענט. און ער האָט געזאָגט: איך בין אײַער ברודער יוֹסף, װאָס איר האָט מיך פֿאַרקױפֿט קײן מִצרַיִם. 5און אַצונד זאָלט איר אײַך נישט קלעמען, און זאָל נישט פֿאַרדריסן אין אײַערע אױגן, װאָס איר האָט מיך פֿאַרקױפֿט אַהער, װאָרום צו דערהאַלטן לעבנס האָט מיך אלֹקים געשיקט אײַך פֿאַרױס. 6װאָרום שױן צװײ יאָר אַז דער הונגער איז אין לאַנד, און נאָך פֿינף יאָר װעלן זײַן, װאָס עס װעט נישט זײַן קײן אַקער און קײן שניט. 7און אלֹקים האָט מיך געשיקט אײַך פֿאַרױס, כּדי אײַך צו לאָזן אַן איבערבלײַב אױף דער ערד, און אײַך צו דערהאַלטן בײַם לעבן דורך אַ גרױסער ישועה. 8און אַצונד, נישט איר האָט מיך אַהער געשיקט, נײַערט האלֹקים; און ער האָט מיך געמאַכט פֿאַר אַ פֿאָטער צו פַּרעהן, און פֿאַר אַ האַר אױף זײַן גאַנצן הױז, און פֿאַר אַ געװעלטיקער איבערן גאַנצן לאַנד מִצרַיִם. 9אײַלט און גײט אַרױף צו מײַן פֿאָטער, און איר זאָלט זאָגן צו אים: אַזױ האָט געזאָגט דײַן זון יוֹסף: אלֹקים האָט מיך געמאַכט פֿאַר אַ האַר איבער גאַנץ מִצרַיִם; נידער אַראָפּ צו מיר, זאָלסט זיך נישט אױפֿהאַלטן. 10און װעסט זיצן אין לאַנד גוֹשֶן, און װעסט זײַן נאָנט צו מיר, דו און דײַנע קינדער און דײַנע קינדערס קינדער, און דײַנע שאָף, און דײַנע רינדער, און אַלץ װאָס דו האָסט. 11און איך װעל דיך דאָרטן אױסהאַלטן; װאָרום נאָך פֿינף יאָר װעט זײַן דער הונגער; כּדי זאָלסט נישט אומקומען, דו און דײַן הױזגעזינט און אַלץ װאָס דו האָסט. 12און אָט זעען אײַערע אױגן, און די אױגן פֿון מײַן ברודער בנימינען, אַז מײַן מױל רעדט דאָס צו אײַך. 13און איר זאָלט דערצײלן מײַן פֿאָטער מײַן גאַנצן כּבֿוד אין מִצרַיִם, און אַלץ װאָס איר האָט געזען, און איר זאָלט אײלן און אַראָפּברענגען מײַן פֿאָטער אַהער.
14און ער איז געפֿאַלן אױפֿן האַלדז פֿון זײַן ברודער בנימינען, און האָט געװײנט, און בנימין האָט געװײנט אױף זײַן האַלדז. 15און ער האָט געקושט אַלע זײַנע ברידער, און האָט געװײנט אױף זײ, און דערנאָך האָבן זײַנע ברידער גערעדט מיט אים.
16און דער קלאַנג איז געהערט#45.16 זען יְשַעְיָה 53.1 געװאָרן אין פַּרעהס הױז, אַזױ צו זאָגן: יוֹספֿס ברידער זײַנען געקומען; און עס איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון פַּרעהן, און אין די אױגן פֿון זײַנע קנעכט.
17און פַּרעה האָט געזאָגט צו יוֹספֿן: זאָג צו דײַנע ברידער: טוט אָט-װאָס: לאָדט אָן אײַערע בהמות, און גײט, קומט קײן לאַנד כּנַעַן, 18און נעמט אײַער פֿאָטער, און אײַערע הױזגעזינטן, און קומט צו מיר, און איך װעל אײַך געבן דאָס בעסטע פֿון לאַנד מִצרַיִם, און עסט דאָס פֿעטס פֿון לאַנד. 19און דו װערסט באַפֿױלן, טוט אָט-װאָס: נעמט אײַך פֿון לאַנד מִצרַיִם װעגן פֿאַר אײַערע קלײנע קינדער, און פֿאַר אײַערע װײַבער, און איר זאָלט אַרױפֿנעמען אײַער פֿאָטער און קומען. 20און אײַער אױג זאָל זיך נישט קימערן אום אײַערע זאַכן, װאָרום דאָס בעסטע פֿון גאַנצן לאַנד מִצרַיִם איז אײַערס.
21האָבן די זין פֿון יִשׂרָאֵלן אַזױ געטאָן, און יוֹסף האָט זײ געגעבן װעגן, לױט דעם מױל פֿון פַּרעהן, און ער האָט זײ געגעבן שפּײַז אױפֿן װעג. 22זײ אַלעמען האָט ער געגעבן גאַנגען קלײדער פֿאַר איטלעכן, און בנימינען האָט ער געגעבן דרײַ הונדערט זילבערשטיק, און פֿינף גאַנג קלײדער. 23און צו זײַן פֿאָטער האָט ער דעס גלײַכן געשיקט צען אײזלען באַלאָדן מיטן בעסטן פֿון מִצרַיִם, און צען אײזעלינס באַלאָדן מיט תּבֿואה און ברױט, און שפּײַז פֿאַר זײַן פֿאָטער אױפֿן װעג. 24און ער האָט אַװעקגעשיקט זײַנע ברידער, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען; און ער האָט זײ אָנגעזאָגט: איר זאָלט אײַך נישט קריגן אױפֿן װעג.
25און זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם, און זײַנען געקומען קײן לאַנד כּנַעַן צו זײער פֿאָטער יעקבֿן. 26און זײ האָבן אים דערצײלט, אַזױ צו זאָגן: יוֹסף לעבט#45.26 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד. משיח איז געשטאָרבן; משיח חַי! {חַי}#יְשַעְיָה 53.8 נאָך; און אַז ער געװעלטיקט איבערן גאַנצן לאַנד מִצרַיִם.#יְשַעְיָה 53.9-12 איז זײַן האַרץ פֿאַרקילט געװאָרן, װאָרום ער האָט זײ נישט געגלױבט.#יְשַעְיָה 53.1 27האָבן זײ אים דערצײלט אַלע װערטער פֿון יוֹספֿן, װאָס ער האָט צו זײ גערעדט, און ער האָט געזען די װעגן װאָס יוֹסף האָט געשיקט אים צו פֿירן, און דער גײַסט פֿון זײער פֿאָטער יעקבֿן האָט אָפּגעלעבט. 28און יִשׂרָאֵל האָט געזאָגט: גענוג! מײַן זון יוֹסף לעבט נאָך; איך װעל גײן און װעל אים זען אײדער איך שטאַרב.
လက္ရွိေရြးခ်ယ္ထားမွု
ברֵאשִית מה: OYT2023
အေရာင္မွတ္ခ်က္
မၽွေဝရန္
ကူးယူ

မိမိစက္ကိရိယာအားလုံးတြင္ မိမိအေရာင္ခ်ယ္ေသာအရာမ်ားကို သိမ္းဆည္းထားလိုပါသလား။ စာရင္းသြင္းပါ (သို႔) အေကာင့္ဝင္လိုက္ပါ
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh