YouVersion လိုဂို
ရွာရန္ အိုင္ကြန္

ברֵאשִית מג

מג
1און דער הונגער איז געװען שװער אין לאַנד. 2און עס איז געװען, אַז זײ האָבן אױפֿגעגעסן די תּבֿואה, װאָס זײ האָבן געבראַכט פֿון מִצרַיִם, האָט זײער פֿאָטער צו זײ געזאָגט: גײט װידער, קױפֿט אונדז אַ ביסל שפּײַז.
3האָט יהוּדה געזאָגט צו אים, אַזױ צו זאָגן: װאָרענען האָט אונדז געװאָרנט דער מאַן, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט מײַן פּנים נישט זען, אױב אײַער ברודער איז נישט מיט אײַך. 4אױב דו שיקסט אונדזער ברודער מיט אונדז, װעלן מיר אַראָפּנידערן, און װעלן דיר אײַנקױפֿן שפּײַז. 5אױב אָבער דו שיקסט נישט, װעלן מיר נישט אַראָפּנידערן, װאָרום דער מאַן האָט אונדז אָנגעזאָגט: איר זאָלט מײַן פּנים נישט זען, אױב אײַער ברודער איז נישט מיט אײַך.
6האָט יִשׂרָאֵל געזאָגט: נאָך װאָס האָט איר מיר געטאָן די רעה, צו זאָגן דעם מאַן, אַז איר האָט נאָך אַ ברודער?
7האָבן זײ געזאָגט: דער מאַן האָט זיך פֿונאַנדערגעפֿרעגט װעגן אונדז, און װעגן אונדזער משפּחה, אַזױ צו זאָגן: לעבט נאָך אײַער פֿאָטער? האָט איר נאָך אַ ברודער? און מיר האָבן אים דערצײלט לױט די דאָזיקע װערטער. זאָלן מיר גאָר װיסן, אַז ער װעט זאָגן: ברענגט אַראָפּ אײַער ברודער? 8און יהוּדה האָט געזאָגט צו זײַן פֿאָטער יִשׂרָאֵל: שיק דעם ייִנגל מיט מיר, און מיר װעלן אױפֿשטײן און װעלן גײן, כּדי מיר זאָלן לעבן און נישט שטאַרבן, אי מיר, אי דו, אי אונדזערע קלײנע קינדער. 9איך בין עָרבֿ פֿאַר אים, פֿון מײַן האַנט זאָלסטו אים מאָנען; אױב איך װעל דיר אים נישט ברענגען און אים אַװעקשטעלן פֿאַר דיר, זאָל איך זײַן אַ פֿאַרזינדיקטער צו דיר אַלע טעג. 10װאָרום אַז מיר װאָלטן זיך נישט אױפֿגעהאַלטן, װאָלטן מיר שױן אַצונד זיך געהאַט אומגעקערט צום צװײטן מאָל.
11האָט זײער פֿאָטער יִשׂרָאֵל צו זײ געזאָגט: אױב שױן יאָ אַזױ, טוט אָט-װאָס: נעמט פֿון די בעסטע פֿרוכטן פֿון לאַנד אין אײַערע כּלים, און ברענגט אַראָפּ צו דעם מאַן אַ מתּנה, אַ ביסל באַלזאַם, און אַ ביסל האָניק, געװירץ, און לאַדאַן, ניס, און מאַנדלען. 12און טאָפּל געלט נעמט מיט אין אײַער האַנט; און דאָס געלט װאָס איז אומגעקערט געװאָרן אין מױל פֿון אײַערע זעק, זאָלט איר אומקערן מיט אײַער האַנט; אפֿשר איז דאָס געװען אַ פֿאַרזע. 13און נעמט אײַער ברודער, און שטײט אױף, גײט װידער צו דעם מאַן. 14און אֵל שַדַי װעט אײַך געבן דערבאַרימונג בײַ דעם מאַן, און ער װעט אײַך אַװעקלאָזן אײַער אַנדער ברודער און בנימינען; און איך, אױב איך מוז אָנװערן מײַנע קינדער, װעל איך אָנװערן.
15האָבן די מענער גענומען די דאָזיקע מתּנה, און טאָפּל געלט האָבן זײ מיטגענומען אין זײער האַנט, און בנימינען, און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען און האָבן גענידערט קײן מִצרַיִם, און האָבן זיך געשטעלט פֿאַר יוֹספֿן.
16און װי יוֹסף האָט דערזען בנימינען מיט זײ, אַזױ האָט ער געזאָגט צו דעם װאָס איבער זײַן הױז: ברענג אַרײַן די מענטשן אין הױז, און שעכט אַ שעכטונג, און גרײט צו, װאָרום די מענטשן װעלן עסן מיט מיר צו מיטאָג. 17האָט דער מאַן געטאָן אַזױ װי יוֹסף האָט געהײסן, און דער מאַן האָט אַרײַנגעבראַכט די מענער אין יוֹספֿס הױז.
18און די מענער האָבן מורא געהאַט, װײַל זײ זײַנען אַרײַנגעבראַכט געװאָרן אין יוֹספֿס הױז, און זײ האָבן געזאָגט: פֿון װעגן דעם געלט װאָס איז אומגעקערט געװאָרן אין אונדזערע זעק דאָס ערשטע מאָל, װערן מיר אַרײַנגעבראַכט, כּדי זיך אַרױפֿצוּװאַרפֿן אױף אונדז, און אָנפֿאַלן אױף אונדז, און אונדז נעמען פֿאַר קנעכט מיט אונדזערע אײזלען.
19האָבן זײ גענענט צו דעם מאַן װאָס איבער יוֹספֿס הױז, און האָבן גערעדט צו אים אין אײַנגאַנג פֿון הױז. 20און זײ האָבן געזאָגט: איך בעט דיך, מײַן האַר, מיר האָבן אַראָפּגענידערט דאָס ערשטע מאָל צו קױפֿן שפּײַז. 21און עס איז געװען, אַז מיר זײַנען געקומען צום האַרבעריק, און האָבן געעפֿנט אונדזערע זעק, ערשט איטלעכנס געלט איז אין מױל פֿון זײַן זאַק, אונדזער געלט אין זײַן פֿולער װאָג; האָבן מיר עס אָפּגעבראַכט אין אונדזער האַנט. 22און נאָך אַנדער געלט האָבן מיר אַראָפּגעבראַכט אין אונדזער האַנט, צו קױפֿן שפּײַז. מיר װײסן נישט װער עס האָט אַרײַנגעטאָן אונדזער געלט אין אונדזערע זעק.
23האָט ער געזאָגט: פֿריד צו אײַך! איר זאָלט נישט מורא האָבן; אלוקיכם, און דער ג-ט פֿון אײַער פֿאָטער, האָט אײַך געשאָנקען אַן אוֹצר אין אײַערע זעק; אײַער געלט איז מיר אַרײַנגעקומען. און ער האָט אַרױסגעבראַכט צו זײ שמעונען.
24און דער מאַן האָט אַרײַנגעבראַכט די מענער אין יוֹספֿס הױז, און ער האָט געגעבן װאַסער, און זײ האָבן געװאַשן זײערע פֿיס; און ער האָט געגעבן פֿוטער פֿאַר זײערע אײזלען. 25און זײ האָבן צוגעגרײט די מתּנה אײדער יוֹסף װעט קומען אום מיטאָג, װאָרום זײ האָבן געהערט אַז דאָרטן װעלן זײ עסן ברױט.
26און װי יוֹסף איז געקומען אין הױז, אַזױ האָבן זײ אַרײַנגעבראַכט צו אים אין הױז די מתּנה װאָס אין זײער האַנט, און זײ האָבן זיך געבוקט פֿאַר אים צו דער ערד. 27און ער האָט זײ געפֿרעגט אױף פֿריד, און ער האָט צו זײ געזאָגט: איז פֿריד צו אײַער אַלטן פֿאָטער, װאָס איר האָט פֿון אים דערצײלט? לעבט ער נאָך? 28האָבן זײ געזאָגט: פֿריד איז צו דײַן קנעכט אונדזער פֿאָטער, ער לעבט נאָך. און זײ האָבן זיך גענײַגט און זיך געבוקט.
29האָט ער אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט דערזען זײַן ברודער בנימינען, זײַן מוטערס זון, און ער האָט געזאָגט: איז דאָס אײַער ייִנגסטער ברודער, װאָס איר האָט מיר פֿון אים דערצײלט? און ער האָט געזאָגט: זאָל דיך אלֹקים לײַטזעליקן, מײַן זון.
30און יוֹסף האָט זיך געאײַלט, װאָרום זײַן האַרץ האָט אים פֿאַרקלעמט אױף זײַן ברודער, און ער האָט זיך געװאָלט פֿונאַנדערװײנען; איז ער אַרײַן אין קאַמער, און האָט דאָרטן געװײנט. 31און ער האָט אָפּגעװאַשן זײַן פּנים, און איז אַרױסגעגאַנגען; און ער האָט זיך אײַנגעהאַלטן און האָט געזאָגט: לײגט ברױט.
32האָט מען געלײגט פֿאַר אים באַזונדער, און פֿאַר זײ באַזונדער, און פֿאַר די מִצרַיִם װאָס האָבן געגעסן בײַ אים, באַזונדער, װאָרום די מִצרַיִם קענען נישט עסן ברױט מיט די עִבֿרים, װײַל דאָס איז אַן אומװערדיקײט בײַ די מִצרַיִם.
33און זײ זײַנען אױסגעזעצט געװאָרן פֿאַר אים, דער בכוֹר לױט זײַן בכוֹרהשאַפֿט, און דער ייִנגערער לױט זײַן יונגקײט; און די מענטשן האָבן זיך געװוּנדערט צװישן אײנאַנדער. 34און ער האָט זײ געלאָזט צוטראָגן חלקים פֿון פֿאַר אים, און בנימינס חלק איז געװען פֿינף מאָל אַזױ פֿיל װי זײער איטלעכנס חלק. און זײ האָבן געטרונקען און זיך אָנגעטרונקען מיט אים.

လက္ရွိေရြးခ်ယ္ထားမွု

ברֵאשִית מג: OYT2023

အေရာင္မွတ္ခ်က္

မၽွေဝရန္

ကူးယူ

None

မိမိစက္ကိရိယာအားလုံးတြင္ မိမိအေရာင္ခ်ယ္ေသာအရာမ်ားကို သိမ္းဆည္းထားလိုပါသလား။ စာရင္းသြင္းပါ (သို႔) အေကာင့္ဝင္လိုက္ပါ