ברֵאשִית מד
מד
1און ער האָט באַפֿױלן דעם װאָס איבער זײַן הױז, אַזױ צו זאָגן: פֿיל אָן די זעק פֿון די מענטשן מיט שפּײַז װיפֿל זײ קענען טראָגן, און טו אַרײַן איטלעכנס געלט אין מױל פֿון זײַן זאַק. 2און מײַן בעכער, דעם זילבערנעם בעכער, זאָלסטו אַרײַנטאָן אין מױל פֿון דעם זאַק פֿון דעם ייִנגסטן, מיט דעם געלט פֿאַר זײַן תּבֿואה. און ער האָט געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט װאָס יוֹסף האָט גערעדט.
3װי דער מאָרגן האָט אױפֿגעלוכטן, אַזױ זײַנען די מענער אַװעקגעשיקט געװאָרן, זײ און זײערע אײזלען. 4זײ זײַנען נאָרװאָס אַרױסגעגאַנגען פֿון שטאָט, נאָך נישט געװען װײַט אַװעק, אַזױ האָט יוֹסף געזאָגט צו דעם װאָס איבער זײַן הױז: שטײ אױף, יאָג נאָך די מענטשן, און אַז דו װעסט זײ אָניאָגן, זאָלסטו זאָגן צו זײ: פֿאַר װאָס האָט איר אָפּגעצאָלט אַ רעה פֿאַר אַ טוֹבֿה? 5דאָס איז דאָך דער װאָס מײַן האַר טרינקט פֿון אים, און צױבערן טוט ער צױבערן מיט אים. איר האָט זיך שלעכט באַגאַנגען מיט װאָס איר האָט געטאָן.
6און ער האָט זײ אָנגעיאָגט, און האָט צו זײ גערעדט די דאָזיקע װערטער. 7האָבן זײ צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָס רעדט מײַן האַר אַזעלכע װערטער? באַהיט זאָלן װערן דײַנע קנעכט פֿון טאָן אַזאַ זאַך! 8זע, דאָס געלט װאָס מיר האָבן געפֿונען אין מױל פֿון אונדזערע זעק, האָבן מיר דיר אומגעקערט פֿון לאַנד כּנַעַן, הײַנט װי װעלן מיר גנבֿען פֿון דײַן האַרס הױז זילבער אָדער גאָלד? 9דער יעניקער פֿון דײַנע קנעכט װאָס ער װעט בײַ אים געפֿונען װערן, זאָל שטאַרבן, און אױך מיר װעלן זײַן קנעכט צו מײַן האַר.
10האָט ער געזאָגט: הגם געזאָלט האָט אַצונד זײַן אַזױ װי אײַערע װערטער, זאָל נאָר דער װאָס ער װעט בײַ אים געפֿונען װערן, זײַן אַ קנעכט צו מיר, און איר װעט זײַן רײן.
11האָבן זײ אױף גיך אַראָפּגעלאָזט איטלעכער זײַן זאַק אױף דער ערד, און זײ האָבן געעפֿנט איטלעכער זײַן זאַק. 12און ער האָט געזוכט; מיטן עלטסטן האָט ער אָנגעהױבן, און מיטן ייִנגסטן האָט ער געענדיקט. און דער בעכער איז געפֿונען געװאָרן אין בנימינס זאַק.
13האָבן זײ צעריסן זײערע קלײדער, און איטלעכער האָט אױפֿגעלאָדן זײַן אײזל, און זײ האָבן זיך אומגעקערט אין שטאָט. 14און יהוּדה איז געקומען מיט זײַנע ברידער אין יוֹספֿס הױז; און ער איז נאָך דאָרטן געװען. און זײ זײַנען געפֿאַלן פֿאַר אים צו דער ערד.
15האָט יוֹסף צו זײ געזאָגט: װאָס איז דאָס פֿאַר אַ טואונג װאָס איר האָט געטאָן? האָט איר נישט געװוּסט אַז צױבערן טוט צױבערן אַזאַ מאַן װי איך?
16האָט יהוּדה געזאָגט: װאָס זאָלן מיר זאָגן צו מײַן האַר, װאָס זאָלן מיר רעדן, און װאָס זאָלן מיר זיך פֿאַרענטפֿערן? האלֹקים האָט געפֿונען די זינד פֿון דײַנע קנעכט. אָט זײַנען מיר קנעכט צו מײַן האַר, אי מיר, אי דער װאָס דער בעכער איז געפֿונען געװאָרן אין זײַן האַנט.
17האָט ער געזאָגט: חלילה מיר דאָס צו טאָן! דער מאַן װאָס דער בעכער איז געפֿונען געװאָרן אין זײַן האַנט, ער זאָל זײַן אַ קנעכט צו מיר, און איר גײט אַרױף בשלום צו אײַער פֿאָטער.
וַיִגַש
18האָט יהוּדה גענענט צו אים; און האָט געזאָגט: איך בעט דיך, מײַן האַר, זאָל אַקאָרשט דײַן קנעכט רעדן אַ װאָרט אין די אױערן פֿון מײַן האַר, און זאָל דײַן צאָרן נישט גרימען אױף דײַן קנעכט; װאָרום דו ביסט אַזױ װי פַּרעה. 19מײַן האַר האָט געפֿרעגט זײַנע קנעכט, אַזױ צו זאָגן: האָט איר אַ פֿאָטער אָדער אַ ברודער? 20און מיר האָבן געזאָגט צו מײַן האַר: מיר האָבן אַן אַלטן פֿאָטער, און אַ קלײנעם בן-זקונים, װאָס זײַן ברודער איז טױט, און ער אַלײן איז געבליבן פֿון זײַן מוטער, און זײַן פֿאָטער האָט אים ליב. 21האָסטו געזאָגט צו דײַנע קנעכט: ברענגט אים אַראָפּ צו מיר, איך זאָל טאָן מײַן אױג אױף אים. 22האָבן מיר געזאָגט צו מײַן האַר: דער ייִנגל קען נישט פֿאַרלאָזן זײַן פֿאָטער, װאָרום אַז ער װעט פֿאַרלאָזן זײַן פֿאָטער, װעט דער שטאַרבן. 23האָסטו געזאָגט צו דײַנע קנעכט: אױב אײַער ייִנגסטער ברודער װעט נישט אַראָפּנידערן מיט אײַך, זאָלט איר מער מײַן פּנים נישט זען. 24און עס איז געװען, אַז מיר זײַנען אַרױפֿגעקומען צו דײַן קנעכט, אונדזער פֿאָטער, האָבן מיר אים דערצײלט די װערטער פֿון מײַן האַר. 25און אַז אונדזער פֿאָטער האָט געזאָגט: גײט װידער, קױפֿט אונדז אַ ביסל שפּײַז, 26האָבן מיר געזאָגט: מיר קענען נישט אַראָפּנידערן; נאָר אױב אונדזער ייִנגסטער ברודער װעט זײַן מיט אונדז, װעלן מיר אַראָפּנידערן, װאָרום מיר קענען נישט זען דעם מאַנס פּנים, װוּ אונדזער ייִנגסטער ברודער איז נישט מיט אונדז. 27האָט דײַן קנעכט, אונדזער פֿאָטער, צו אונדז געזאָגט: איר װײסט אַז צװײ האָט מיר מײַן װײַב געבאָרן. 28און אײנער איז אַװעקגעגאַנגען פֿון מיר, און איך האָב געזאָגט: פֿאַר װאָר, פֿאַרצוקן איז ער פֿאַרצוקט געװאָרן; און איך האָב אים נישט געזען ביז אַצונד. 29און אַז איר װעט אַװעקנעמען אױך דעם דאָזיקן פֿון מײַן פּנים, און אים װעט טרעפֿן אַן אומגליק, װעט איר מאַכן נידערן מײַנע גראָע האָר מיט קומער אין שְׁאֹול. 30און אַצונד אַז איך װעל קומען צו דײַן קנעכט, מײַן פֿאָטער, און דער ייִנגל איז מיט אונדז נישטאָ, אַזױ װי זײַן זעל איז צוגעבונדן צו זײַן זעל, 31איז, װי ער װעט זען אַז דער ייִנגל איז נישטאָ, אַזױ װעט ער שטאַרבן, און דײַנע קנעכט װעלן מאַכן נידערן די גראָע האָר פֿון דײַן קנעכט, אונדזער פֿאָטער, מיט טרױער אין שְׁאֹול. 32װאָרום דײַן קנעכט איז עָרבֿ געװען פֿאַר דעם ייִנגל צו זײַן פֿאָטער, אַזױ צו זאָגן: אױב איך װעל דיר אים נישט ברענגען, זאָל איך זײַן אַ פֿאַרזינדיקטער צו מײַן פֿאָטער אַלע טעג. 33און אַצונד, איך בעט דיך, זאָל דײַן קנעכט בלײַבן אַנשטאָט#44.33 זען טוֹיט פֿון משיח אַנשטאָט מײַן פֿאָלק {יִשׂרָאֵל}, יְשַעְיָה 53.8. דעם ייִנגל, אַ קנעכט צו מײַן האַר, און דער ייִנגל זאָל אַרױפֿגײן מיט זײַנע ברידער. 34װאָרום װי קען איך אַרױפֿגײן צו מײַן פֿאָטער, אַז דער ייִנגל איז נישט מיט מיר? איך װעל חלילה צוזען דאָס בײז װאָס װעט טרעפֿן מײַן פֿאָטער.
လက္ရွိေရြးခ်ယ္ထားမွု
ברֵאשִית מד: OYT2023
အေရာင္မွတ္ခ်က္
မၽွေဝရန္
ကူးယူ

မိမိစက္ကိရိယာအားလုံးတြင္ မိမိအေရာင္ခ်ယ္ေသာအရာမ်ားကို သိမ္းဆည္းထားလိုပါသလား။ စာရင္းသြင္းပါ (သို႔) အေကာင့္ဝင္လိုက္ပါ
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh

: