ברֵאשִית מב
מב
1און יעקבֿ האָט געזען אַז עס איז דאָ תּבֿואה אין מִצרַיִם, און יעקבֿ האָט געזאָגט צו זײַנע זין: װאָס קוקט איר אײַך אָן? 2און ער האָט געזאָגט: אָט האָב איך געהערט, אַז עס איז דאָ תּבֿואה אין מִצרַיִם. נידערט אַראָפּ אַהין, און קױפֿט אונדז אײַן פֿון דאָרטן, כּדי מיר זאָלן לעבן און נישט שטאַרבן.
3האָבן יוֹספֿס צען ברידער אַראָפּגענידערט קױפֿן תּבֿואה פֿון מִצרַיִם. 4אָבער בנימין, יוֹספֿס ברודער, האָט יעקבֿ נישט מיטגעשיקט מיט זײַנע ברידער, װײַל ער האָט געזאָגט: טאָמער װעט אים טרעפֿן אַן אומגליק.
5זײַנען געקומען די זין פֿון יִשׂרָאֵלן אײַנקױפֿן, צװישן די װאָס זײַנען געקומען, װאָרום דער הונגער איז געװען אין לאַנד כּנַעַן. 6און יוֹסף איז געװען דער געװעלטיקער איבערן לאַנד; ער איז געװען דער װאָס האָט פֿאַרקױפֿט צום גאַנצן פֿאָלק פֿון לאַנד. זײַנען געקומען יוֹספֿס ברידער, און האָבן זיך צו אים געבוקט מיטן פּנים צו דער ערד. 7און יוֹסף האָט געזען זײַנע ברידער, און האָט זײ דערקענט, אָבער ער האָט זיך געמאַכט פֿרעמד צו זײ, און האָט גערעדט מיט זײ האַרט, און האָט צו זײ געזאָגט: פֿון װאַנען קומט איר? האָבן זײ געזאָגט: פֿון לאַנד כּנַעַן, אײַנצוקױפֿן שפּײַז.
8און יוֹסף האָט דערקענט זײַנע ברידער, אָבער זײ האָבן אים נישט דערקענט.#42.8 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד. זען הערה. משיח איז נישט דערקענט יְשַעְיָה 53.3 9און יוֹסף האָט זיך דערמאָנט אָן די חלוֹמות, װאָס האָבן זיך אים געחלומט װעגן זײ, און ער האָט צו זײ געזאָגט: אױסקוקערס זײַט איר; צו זען די נאַקעטקײט פֿון לאַנד זײַט איר געקומען.
10האָבן זײ צו אים געזאָגט: נײן, מײַן האַר, נײַערט צו קױפֿן שפּײַז זײַנען געקומען דײַנע קנעכט. 11מיר אַלע זײַנען זין פֿון אײן מאַן; ערלעכע מענטשן זײַנען מיר; דײַנע קנעכט זײַנען קײן מאָל נישט געװען קײן אױסקוקערס.
12האָט ער צו זײ געזאָגט: נײן, נײַערט די נאַקעטקײט פֿון לאַנד זײַט איר געקומען זען.
13האָבן זײ געזאָגט: צװעלף ברידער זײַנען מיר, דײַנע קנעכט, זין פֿון אײן מאַן אין לאַנד כּנַעַן, און אָט איז דער ייִנגסטער הײַנט מיט אונדזער פֿאָטער, און אײנער איז נישט געװאָרן.
14האָט יוֹסף צו זײ געזאָגט: דאָס איז דאָך װאָס איך האָב צו אײַך גערעדט, אַזױ צו זאָגן: אױסקוקערס זײַט איר. 15דערמיט װעט איר געפּרוּװט װערן: אַזױ װי פַּרעה לעבט, אױב איר װעט פֿון דאַנען אַרױסגײן, סײַדן אײַער ייִנגסטער ברודער װעט קומען אַהער! 16שיקט פֿון אײַך אײנעם, ער זאָל ברענגען אײַער ברודער, און איר בלײַבט אײַנגעשפּאַרט, כּדי אײַערע װערטער זאָלן אױסגעפּרוּװט װערן, אױב דער אמת איז מיט אײַך; און אױב נישט, אַזױ װי פַּרעה לעבט, אַז איר זײַט אױסקוקערס!
17און ער האָט זײ אַרײַנגענומען אין װאַך אױף דרײַ טעג.
18און יוֹסף האָט צו זײ געזאָגט אױפֿן דריטן טאָג:#42.18 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד. זען יוֹם שלישי הביכורים התּחית המתים. אבֿרהם באקומט יִצחָק צוריק לעבעדיק. יעקבֿ מאַכט אַ זיכער אַנטלױפֿן פֿון לבן. שמעון און לוי נוקם די זינד קעגן זײער שװעסטער. יוספֿס חלום, אײנער שטאַרבט; מען לעבט. יוֹסף באַפֿרײַען זײַנע ברידער פֿון טורמע אין מִצרַיִם. פּלאָגן פֿינצטערניש אין מִצרַיִם איז אױפֿגעהױבן אױף דריטן טאָג. ה׳ באַגעגנט מיט זײַן מענטשן אױף סינַי. קָרבָּן געענדיקט אױף דריט טאָג. אַהרנס שטעקן ספּראַוץ קנאָספּ, בלאַסאַמז און אַלמאַנדז. טײל פֿון דעם פּראָצעס פֿאַר רײניקונג. ג-טס מענטשן פֿאַרמאָגן די לאַנד. די ספּיעס אַנטלױפֿן פֿון שונאים אין יריחוֹ. די טריטי מיט די גבעאָניטעס באשטעטיקט. יִשׂרָאֵל רײניקן זינד אין זײַן צװישן. אױף דעם דריטן טאָג, רוּת באַגעגנט איר גואל. דָוִד אַרױסדרײען שְׁאֹולס טױט פּלאַן. דָוִד מציל די לעבן פֿון די עמלקי קנעכט. הילף פֿון דין פֿון פּלאָג. פֿאַרלענגערונג פֿון לעבן פֿאַר חִזקִיָהו. שלעכט נײַעס פֿאַר די װאָס דינען אַ בײז מלך. דער בַית המקדש איז געװען פֿאַרטיק. אֶסתֵּר, די אַדװאָקאַט פֿון יִשׂרָאֵל, איז באַקומען דורך דעם מלך. בכלל פֿארשטאַנען װי צײַט פֿאַר מחילה. אַנטלױפֿן פֿון טױט און לעבן פֿאַר יונה הנבֿיא. ברֵאשִית 1.13; 22.4; 31.22; 34.25; 40.20; 42.18 וַיִּקְרָא 7.17; 19.6-7; 23.10-11 במִדְבר 7.24; 19.12; 19.19 יְהוֹשועַ 9.17 הוֹשֵעַ 6.2 שְמוֹת 19.11-16 שוֹפֿטִים 20.30 עֶזְרָא 6.15 יוֹנָה 2.1 שְמוּאֵל א 20.12; 30.1 שְמוּאֵל ב 1.2מְלָכִים א 3.18; 12.12 מְלָכִים ב 20.5דִבֿרֵי הַיָמִים ב 12.10 אֶסתֵּר 5.1. דאָס טוט, און איר װעט בלײַבן לעבן – איך האָב מורא פֿאַר האלֹקים: 19אױב איר זײַט ערלעכע מענטשן, זאָל אײן ברודער אײַערע בלײַבן אײַנגעשפּאַרט אין אײַער װאַכהױז, און איר גײט, און ברענגט תּבֿואה פֿאַר דעם הונגער פֿון אײַערע הױזגעזינטן. 20און אײַער ייִנגסטן ברודער זאָלט איר ברענגען צו מיר; און אײַערע װערטער װעלן באַװערט װערן, און איר װעט נישט שטאַרבן. האָבן זײ אַזױ געטאָן.
21און זײ האָבן געזאָגט אײנער צום אַנדערן: פֿאַר װאָר, מיר זײַנען שולדיק װעגן אונדזער ברודער װאָס מיר האָבן צוגעזען דעם צער פֿון זײַן זעל, װען ער האָט זיך געבעטן בײַ אונדז, און מיר האָבן נישט צוגעהערט. דערום איז אױף אונדז געקומען די דאָזיקע צרה. 22און ראובֿן האָט זיך אָפּגערופֿן צו זײ, אַזױ צו זאָגן: האָב איך אײַך נישט געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: פֿאַרזינדיקט אײַך נישט אָן דעם ייִנגל? אָבער איר האָט נישט צוגעהערט; און אָט אױך װערט זײַן בלוט אױפֿגעמאָנט.
23און זײ האָבן נישט געװוּסט אַז יוֹסף פֿאַרשטײט װאָרום אַ דאָלמעטשער איז געװען צװישן זײ. 24האָט ער זיך אָפּגעדרײט פֿון זײ, און האָט געװײנט. און ער האָט זיך אומגעקערט צו זײ, און האָט צו זײ גערעדט; און ער האָט גענומען פֿון זײ שמעונען, און האָט אים אײַנגעשפּאַרט פֿאַר זײערע אױגן.
25און יוֹסף האָט באַפֿױלן, מע זאָל אָנפֿילן זײערע כּלים מיט תּבֿואה, און אומקערן זײער געלט איטלעכן אין זײַן זאַק, און זײ געבן שפּײַז אױפֿן װעג. און מע האָט צו זײ אַזױ געטאָן. 26און זײ האָבן אױפֿגעלאָדן זײער תּבֿואה אױף זײערע אײזלען, און זײַנען אַװעקגעגאַנגען פֿון דאָרטן.
27האָט אײנער געעפֿנט זײַן זאַק צו געבן זײַן אײזל פֿוטער אין האַרבעריק, און האָט דערזען זײַן געלט, ערשט עס איז אין מױל פֿון זײַן זאַק. 28האָט ער געזאָגט צו זײַנע ברידער: מײַן געלט איז אומגעקערט געװאָרן, און אָט איז עס אױך אין מײַן זאַק. איז זײ אַרױסגעפֿאַלן דאָס האַרץ, און זײ האָבן ציטערנדיק געזאָגט אײנער צום אַנדערן: װאָס האָט אונדז דאָ אלֹקים געטאָן?
29און זײ זײַנען געקומען צו זײער פֿאָטער יעקבֿן קײן לאַנד כּנַעַן, און האָבן אים דערצײלט אַלץ װאָס זײ האָט געטראָפֿן, אַזױ צו זאָגן: 30דער מאַן, דער האַר פֿון לאַנד, האָט מיט אונדז גערעדט האַרט, און ער האָט אונדז געמאַכט פֿאַר אױסקוקערס פֿון דעם לאַנד. 31האָבן מיר צו אים געזאָגט: ערלעכע מענטשן זײַנען מיר, מיר זײַנען קײן מאָל נישט געװען קײן אױסקוקערס. 32צװעלף ברידער זײַנען מיר, זין פֿון אונדזער פֿאָטער; אײנער איז נישט געװאָרן, און דער ייִנגסטער איז הײַנט מיט אונדזער פֿאָטער אין לאַנד כּנַעַן. 33האָט דער מאַן, דער האַר פֿון לאַנד,#42.33 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד. זען הערה תְּהִלִּים 110.1; דָניאֵל 7.13-14 צו אונדז געזאָגט: דערמיט װעל איך װיסן אַז איר זײַט ערלעכע מענטשן: אײן אײַערע ברודער לאָזט איבער בײַ מיר, און נעמט גענוג פֿאַר דעם הונגער פֿון אײַערע הױזגעזינטן, און גײט. 34און ברענגט אײַער ייִנגסטן ברודער צו מיר, און איך װעל װיסן אַז איר זײַט נישט קײן אױסקוקערס, נאָר איר זײַט ערלעכע מענטשן; װעל איך אײַך אָפּגעבן אײַער ברודער, און איר װעט מעגן פֿאַרקערן אין לאַנד.
35און עס איז געװען, װי זײ לײדיקן אױס זײערע זעק, ערשט איטלעכנס בינטל געלט איז אין זײַן זאַק; און װי זײ און זײער פֿאָטער האָבן דערזען זײערע בינטלעך געלט, אַזױ האָבן זײ מורא געקראָגן. 36און זײער פֿאָטער יעקבֿ האָט צו זײ געזאָגט: איר האָט מיך באַרױבט פֿון מײַנע קינדער; יוֹסף איז מער נישטאָ, און שמעון איז נישטאָ, און בנימינען װילט איר אַװעקנעמען; דאָס אַלץ איז אױף מיר אױסגעגאַנגען.
37האָט ראובֿן געזאָגט צו זײַן פֿאָטער, אַזױ צו זאָגן: מײַנע בײדע זין זאָלסטו טײטן, אױב איך װעל דיר אים נישט צוריקבֿרענגען. גיב אים אױף מײַן האַנט, און איך װעל אים אומקערן צו דיר.
38האָט ער געזאָגט: מײַן זון װעט נישט אַראָפּנידערן מיט אײַך, װאָרום זײַן ברודער איז טױט, און ער אַלײן איז געבליבן, און אַז אים װעט טרעפֿן אַן אומגליק אױף דעם װעג װאָס איר װעט גײן דערױף, װעט איר מאַכן נידערן מײַנע גראָע האָר מיט טרױער אין שְׁאֹול.
လက္ရွိေရြးခ်ယ္ထားမွု
ברֵאשִית מב: OYT2023
အေရာင္မွတ္ခ်က္
မၽွေဝရန္
ကူးယူ

မိမိစက္ကိရိယာအားလုံးတြင္ မိမိအေရာင္ခ်ယ္ေသာအရာမ်ားကို သိမ္းဆည္းထားလိုပါသလား။ စာရင္းသြင္းပါ (သို႔) အေကာင့္ဝင္လိုက္ပါ
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh

: