יְהוֹשועַ ה
ה
1און עס איז געװען, װי די מלכים פֿון דעם אֶמוֹרי װאָס אױף דער זײַט יַרדן, צו מערבֿ, און אַלע מלכים פֿון דעם כּנַעֲני װאָס בײַם ים, האָבן געהערט אַז ה׳ האָט אױסגעטריקנט די װאַסערן פֿון יַרדן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, ביז זײ זײַנען אַריבערגעגאַנגען, אַזױ איז זײער האַרץ צעגאַנגען, און אַן אָטעם איז מער נישט געבליבן אין זײ פֿון װעגן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
2אין יענער צײַט האָט ה׳ געזאָגט צו יְהוֹשועַן: מאַך דיר שטײנערנע מעסערס, און מַל װידער די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַ צװײט מאָל. 3האָט יְהוֹשועַ זיך געמאַכט שטײנערנע מעסערס, און האָט געמַלט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אין גִבֿעַת-הָעֲרָלוֹת.
4און דאָס איז די זאַך פֿאַר װאָס יְהוֹשועַ האָט געמַלט: דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס איז אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם, די מאַנספּאַרשױנען, אַלע קריגסלײַט, זײַנען אױסגעשטאָרבן אין דער מדבר אונטער װעגנס נאָך זײער אַרױסגײן פֿון מִצרַיִם. 5װאָרעם דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען, זײַנען געװען געמַלט, אָבער דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס זײַנען געבאָרן געװאָרן אין דער מדבר אונטער װעגנס נאָך זײער אַרױסגײן פֿון מִצרַיִם, האָט מען נישט געמַלט. 6װאָרעם פֿערציק יאָר זײַנען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל געגאַנגען אין דער מדבר, ביז עס איז פֿאַרלענדט געװאָרן די גאַנצע אומה, די קריגסלײַט װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם, װאָס האָבן נישט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון ה׳, די װאָס ה׳ האָט זײ געשװאָרן, זײ נישט צו לאָזן זען דאָס לאַנד װאָס ה׳ האָט געשװאָרן זײערע עלטערן, אונדז צו געבן, אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק; 7נאָר זײערע קינדער האָט ער אױפֿגעשטעלט אַנשטאָט זײ. זײ האָט דאָס יְהוֹשועַ געמַלט, װײַל זײ זײַנען געװען אומבאַשניטן, װאָרעם מע האָט זײ נישט געמַלט אונטער װעגנס.
8און עס איז געװען, אַז דאָס גאַנצע פֿאָלק האָבן געענדיקט זיך מַלן, זײַנען זײ געזעסן אױף זײער אָרט אין לאַגער ביז זײ זײַנען געזונט געװאָרן.
9און ה׳ האָט געזאָגט צו יְהוֹשועַן: הײַנט האָב איך אַראָפּגעקײַקלט פֿון אײַך די חרפּה פֿון מִצרַיִם. דערום רופֿט מען יענעם אָרט גִלגָל ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
10און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן גערוט אין גִלגָל; און זײ האָבן געמאַכט דעם קָרבָּן-פֶּסַח אין פֿערצנטן טאָג פֿון חודש, אין אָװנט, אין די פּלױנען פֿון יריחוֹ. 11און זײ האָבן געגעסן פֿון דער תּבֿואה פֿון לאַנד אױף מאָרגן נאָכן קָרבָּן-פֶּסַח, מַצות און געברענטע זאַנגען, אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג. 12און דער מַן האָט אױפֿגעהערט אױף מאָרגן, אַז זײ האָבן געגעסן פֿון דער תּבֿואה פֿון לאַנד; און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן מער נישט געהאַט קײן מַן; און זײ האָבן געגעסן פֿון דער תּבֿואה פֿון לאַנד כּנַעַן אין יענעם יאָר.
13און עס איז געװען, אַז יְהוֹשועַ איז געװען אין יריחוֹ, האָט ער אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן און געזען, ערשט אַ מאַן שטײט אַקעגן אים, מיט זײַן שװערד אַרױסגעצױגן אין זײַן האַנט. איז יְהוֹשועַ צוגעגאַנגען צו אים, און האָט צו אים געזאָגט: ביסטו פֿאַר אונדז, אָדער פֿאַר אונדזערע פֿײַנט? 14האָט ער געענטפֿערט: נײן, נײַערט איך בין דער שַׂר-צָבֿא פֿון ה׳; אָקערשט בין איך געקומען. איז יְהוֹשועַ געפֿאַלן אױף זײַן פּנים צו דער ערד, און האָט זיך געבוקט, און האָט צו אים געזאָגט: װאָס װיל מײַן האַר רעדן צו זײַן קנעכט?
15האָט דער חיל-לידער פֿון ה׳ געזאָגט צו יְהוֹשועַן: צי אַראָפּ דײַן שוך פֿון דײַן פֿוס, װאָרעם דער אָרט װאָס דו שטײסט אױף אים, ער איז הײליק. און יְהוֹשועַ האָט אַזױ געטאָן.
Επιλέχθηκαν προς το παρόν:
יְהוֹשועַ ה: OYNEVIIM
Επισημάνσεις
Κοινοποίηση
Αντιγραφή
Θέλετε να αποθηκεύονται οι επισημάνσεις σας σε όλες τις συσκευές σας; Εγγραφείτε ή συνδεθείτε
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025