Λογότυπο YouVersion
Εικονίδιο αναζήτησης

יְהוֹשועַ טז

טז
1און דער גורל פֿון די קינדער פֿון יוֹסף איז אַרױסגעגאַנגען פֿון יַרדן בײַ יריחוֹ, צו די װאַסערן פֿון יריחוֹ, קײן מזרח, אַרױפֿגײענדיק פֿון יריחוֹ צום מדבר איבער דעם געבערג, צו בֵית-אֵל.
2און ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון בֵית-אֵל קײן לוז, און איז אַריבער צום געמאַרק פֿון דעם אַרכּי, עַטָרוֹת. 3און ער האָט אַראָפּגענידערט צו מערבֿ, צום געמאַרק פֿון דעם יַפֿלֵטי, ביז דעם געמאַרק פֿון דער אונטערשטער בֵית-חוֹרוֹן, און ביז גֶזֶר; און זײַן אױסלאָז איז געװען בײַם ים.
4און די קינדער פֿון יוֹסף, מנַשֶה און אפֿרים, האָבן געקריגן זײער נחלה. 5און דאָס איז געװען דער געמאַרק פֿון די קינדער פֿון אפֿרים לױט זײערע משפּחות: דער געמאַרק פֿון זײער נחלה צו מזרח איז געװען עַטרוֹת-אַדָר, ביז דער אױבערשטער בֵית-חוֹרוֹן. 6און דער געמאַרק איז אַרױסגעגאַנגען צו מערבֿ, מיט מִכמתָת פֿון צפֿון, און דער געמאַרק האָט זיך אױסגעדרײט צו מזרח, צו תַּאֲנַת-שילוֹ, און איז עס פֿאַרבײַגעגאַנגען פֿון מזרח, צו יָנוֹחַ. 7און ער האָט אַראָפּגענידערט פֿון יָנוֹחַ קײן עַטָרוֹת, און קײן נַעֲרָה, און האָט זיך אָנגעשטױסן אָן יריחוֹ, און זיך אױסגעלאָזט בײַם יַרדן. 8פֿון תַּפּוחַ איז דער געמאַרק געגאַנגען צו מערבֿ, צום טײַך קָנָה, און זײַן אױסלאָז איז געװען בײַם ים. דאָס איז די נחלה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון אפֿרים לױט זײערע משפּחות; 9דערצו די שטעט װאָס זײַנען אָפּגעשײדט געװאָרן פֿאַר די קינדער פֿון אפֿרים אין מיטן פֿון דער נחלה פֿון די קינדער פֿון מנַשֶה, אַלע שטעט מיט זײערע דערפֿער. 10און זײ האָבן נישט פֿאַרטריבן דעם כּנַעֲני װאָס איז געזעסן אין גֶזֶר; און דער כּנַעֲני איז געבליבן זיצן צװישן אפֿרים ביז אױף הײַנטיקן טאָג, און איז געװאָרן צום צינזקנעכט.

Επιλέχθηκαν προς το παρόν:

יְהוֹשועַ טז: OYNEVIIM

Επισημάνσεις

Κοινοποίηση

Αντιγραφή

None

Θέλετε να αποθηκεύονται οι επισημάνσεις σας σε όλες τις συσκευές σας; Εγγραφείτε ή συνδεθείτε