יְהוֹשועַ יד
יד
1און דאָס איז װאָס די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געאַרבט אין לאַנד כּנַעַן, װאָס אֶלעָזָר דער כּהן, און יְהוֹשועַ דער זון פֿון נון, און די הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, האָבן זײ געמאַכט אַרבן, 2לױט דעם גורל פֿון זײער נחלה, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן דורך משהן, פֿאַר די נײַן שבֿטים און דעם האַלבן שבֿט. – 3װאָרעם די נחלה פֿון די צװײ שבֿטים און דעם האַלבן שבֿט האָט משה געגעבן פֿון יענער זײַט יַרדן; נאָר די לוִיִים האָט ער נישט געגעבן קײן נחלה צװישן זײ. 4װײַל די קינדער פֿון יוֹסף זײַנען געװען צװײ שבֿטים, מנַשֶה און אפֿרים; און די לוִיִים האָט מען נישט געגעבן קײן חלק אין לאַנד, נאָר שטעט צום װױנען מיט זײערע פֿרײַע פּלעצער פֿאַר זײערע פֿיך און פֿאַר זײער האָב. –
5אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן, אַזױ האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל געטאָן; און זײ האָבן צעטײלט דאָס לאַנד.
6און די קינדער פֿון יהוּדה האָבן גענענט צו יְהוֹשועַן אין גִלגָל, און כָּלֵבֿ דער זון פֿון יפֿונֶהן, דער קנִזי, האָט צו אים געזאָגט: דו װײסט דאָס װאָרט װאָס ה׳ האָט גערעדט צו משה דעם מאַן פֿון ג-ט װעגן מיר און װעגן דיר אין קָדֵש-ברנֵעַ. 7פֿערציק יאָר אַלט בין איך געװען, װען משה דער קנעכט פֿון ה׳ האָט מיך געשיקט פֿון קָדֵש-ברנֵעַ אױסצוקוקן דאָס לאַנד, און איך האָב אים געבראַכט אַן ענטפֿער אַזױ װי אין מײַן האַרצן. 8און מײַנע ברידער, װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען מיט מיר, האָבן געמאַכט צעגײן דאָס האַרץ פֿון פֿאָלק, אָבער איך בין געגאַנגען געטרײַ נאָך ה׳ מײַן ג-ט. 9און משה האָט געשװאָרן אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן: דאָס לאַנד װאָס דײַן פֿוס האָט דערױף געטרעטן, װעט זײַן פֿאַר אַ נחלה צו דיר און צו דײַנע קינדער אױף אײביק! װײַל דו ביסט געגאַנגען געטרײַ נאָך ה׳ מײַן ג-ט. 10און אַצונד זע, ה׳ האָט מיך געלאָזט לעבן, אַזױ װי ער האָט גערעדט; שױן פֿינף און פֿערציק יאָר פֿון זינט ה׳ האָט גערעדט דאָס דאָזיקע װאָרט צו משהן, װען יִשׂרָאֵל איז געגאַנגען אין מדבר; און אַצונד אָט בין איך הײַנט אַ מאַן פֿון פֿינף און אַכציק יאָר. 11איך בין נאָך הײַנט אַזױ שטאַרק, װי אין דעם טאָג װאָס משה האָט מיך געשיקט; אַזױ װי מײַן כּוֹח דענצמאָל, אַזױ איז מײַן כּוֹח אַצונד פֿאַר מלחמה, און פֿאַר אַרױסגײן און אַרײַנגײן.
12דערום גיב מיר אַצונד דעם דאָזיקן באַרג װאָס ה׳ האָט צוגעזאָגט אין יענעם טאָג; װאָרעם דו האָסט געהערט אין יענעם טאָג, אַז דאָרטן זײַנען דאָ עַנָקים, און גרױסע באַפֿעסטיקטע שטעט; אפֿשר װעט ה׳ זײַן מיט מיר, און איך װעל זײ פֿאַרטרײַבן, אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט.
13האָט אים יְהוֹשועַ געבענטשט, און ער האָט געגעבן חֶבֿרוֹן צו כָּלֵבֿ דעם זון פֿון יפֿונֶהן פֿאַר אַ נחלה. 14דערום איז חֶבֿרוֹן געװאָרן כָּלֵבֿ דעם זון פֿון יפֿונֶהן, דעם קנִזי, פֿאַר אַ נחלה ביז אױף הײַנטיקן טאָג; װײַל ער איז געגאַנגען געטרײַ נאָך ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל. 15און דער נאָמען פֿון חֶבֿרוֹן איז פֿריער געװען די קִריַת-אַרבע; ער איז געװען דער גרעסטער מענטש צװישן די עַנָקים. און דאָס לאַנד איז געװען רויִק פֿון מלחמה.
Επιλέχθηκαν προς το παρόν:
יְהוֹשועַ יד: OYNEVIIM
Επισημάνσεις
Κοινοποίηση
Αντιγραφή
Θέλετε να αποθηκεύονται οι επισημάνσεις σας σε όλες τις συσκευές σας; Εγγραφείτε ή συνδεθείτε
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025

: