Λογότυπο YouVersion
Εικονίδιο αναζήτησης

יְהוֹשועַ יג

יג
1און יְהוֹשועַ איז געװאָרן אַלט און באַטאָגט; און ה׳ האָט צו אים געזאָגט: דו ביסט אַלט און באַטאָגט, און פֿון לאַנד איז נאָך געבליבן זײער פֿיל אײַנצונעמען. 2דאָס איז דאָס לאַנד װאָס איז נאָך געבליבן: אַלע געגנטן פֿון די פּלִשתּים, און דער גאַנצער גשורי, 3פֿון דעם שיחוֹר װאָס פֿאַר מִצרַיִם, און ביז דעם געמאַרק פֿון עֶקרוֹן צו צפֿון, װאָס װערט גערעכנט צום כּנַעֲני; די פֿינף פֿירשטן פֿון די פּלִשתּים, דער עַזָתער, און דער אַשדוֹדער, דער אַשקלוֹנער, דער גַתער, און דער עֶקרוֹנער; און די עַוִים 4אין דָרום; דאָס גאַנצע לאַנד פֿון כּנַעֲני, און מעָרָה װאָס געהערט צו די צידוֹנים, ביז אַפֿק, ביז דעם געמאַרק פֿון אֶמוֹרי; 5און דאָס לאַנד פֿון גִבֿלי, און דער גאַנצער לבֿנוֹן צו זונאױפֿגאַנג, פֿון בַעַל-גָד אונטער באַרג חֶרמוֹן, ביז מע קומט קײן חַמָת; 6אַלע באַװױנער פֿון דעם געבערג, פֿון לבֿנוֹן ביז מִשׂרפֿוֹת-מַיִם, אַלע צידוֹנים. איך װעל זײ פֿאַרטרײַבן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; נאָר װאַרף דו עס אױס צו יִשׂרָאֵל פֿאַר אַ נחלה, אַזױ װי איך האָב דיר באַפֿױלן. 7און אַצונד צעטײל דאָס דאָזיקע לאַנד פֿאַר אַ נחלה צו די נײַן שבֿטים, און דעם האַלבן שבֿט מנַשֶה.
8מיט אים האָבן די ראובֿנים און די גָדים געקריגן זײער נחלה, װאָס משה האָט זײ געגעבן, אױף יענער זײַט יַרדן צו מזרח אַזױ װי משה דער קנעכט פֿון ה׳ האָט זײ געגעבן: 9פֿון עַרוֹעֵר װאָס בײַם ברעג טאָל אַרנוֹן, און די שטאָט װאָס אין מיטן טאָל, און דאָס גאַנצע פֿלאַכלאַנד, מֵידבֿאָ ביז דיבֿוֹן; 10און אַלע שטעט פֿון סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, װאָס האָט געקיניגט אין חֶשבוֹן, ביז דעם געמאַרק פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן; 11און גִלעָד, און דעם געמאַרק פֿון דעם גשורי, און דעם מַעֲכָתי, און גאַנץ באַרג חֶרמוֹן, און גאַנץ בָשָן ביז סַלכָה;
12דאָס גאַנצע קיניגרײַך פֿון עוֹגן אין בָשָן, װאָס האָט געקיניגט אין עַשתָּרוֹת און אין אֶדרֶעִי – ער איז איבערגעבליבן פֿון דעם רעשט פֿון די רפֿאים – װאָרעם משה האָט זײ געשלאָגן, און האָט זײ פֿאַרטריבן.
13אָבער די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן נישט פֿאַרטריבן דעם גשורי און דעם מַעֲכָתי; און גשור און מַעֲכָת זײַנען געבליבן זיצן צװישן יִשׂרָאֵל ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
14נאָר דעם שבֿט לֵוִי האָט ער נישט געגעבן קײן נחלה; די פֿײַעראָפּפֿער פֿון ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, דאָס איז זײַן נחלה, אַזױ װי ער האָט צו אים גערעדט.
15און משה האָט געגעבן דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון ראובֿן לױט זײערע משפּחות. 16און זײער געמאַרק איז געװען פֿון עַרוֹעֵר װאָס בײַם ברעג טאָל אַרנוֹן, און די שטאָט װאָס אין מיטן טאָל, און דאָס גאַנצע פֿלאַכלאַנד ביז מֵידבֿאָ; 17חֶשבוֹן און אַלע אירע שטעט װאָס אױפֿן פֿלאַכלאַנד, דיבֿוֹן, און במוֹת-בַעַל, און בֵית-בַעַל-מְעוֹן; 18און יַהצָה, און קדֵמוֹת, און מֵיפַֿעַת; 19און קִריָתַיִם, און שִׂבֿמָה, און צֶרֶת-שַחַר אױפֿן טאָלבאַרג; 20און בֵית-פּעוֹר, און די אַראָפּגאַנגען פֿון פּסגָה, און בֵית-ישימוֹת; 21און אַלע שטעט פֿון דעם פֿלאַכלאַנד, און דאָס גאַנצע קיניגרײַך פֿון סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, װאָס האָט געקיניגט אין חֶשבוֹן, װאָס משה האָט אים געשלאָגן מיט די הױפּטלײַט פֿון מִדיָן, אַוִי, און רֶקֶם, און צוּר, און חוּר, און רֶבֿע, די פֿירשטן פֿון סיחונען, באַװױנער פֿון לאַנד. 22אױך בִלעָם דעם זון פֿון בעוֹרן, דעם װאָרזאָגער, האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל געהרגעט מיטן שװערד צװישן זײערע דערשלאָגענע. 23און דער געמאַרק פֿון די קינדער פֿון ראובֿן איז געװען דער יַרדן מיטן ברעג. דאָס איז די נחלה פֿון די קינדער פֿון ראובֿן לױט זײערע משפּחות, די שטעט מיט זײערע דערפֿער.
24און משה האָט געגעבן דעם שבֿט גָד, די קינדער פֿון גָד, לױט זײערע משפּחות. 25און זײער געמאַרק איז געװען יַעְזֵר, און אַלע שטעט פֿון גִלעָד, און אַ העלפֿט לאַנד פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, ביז עַרוֹעֵר װאָס פֿאַר רַבָה; 26און פֿון חֶשבוֹן ביז רָמַת-מִצְפֶּה, און בטוֹנים, און פֿון מַחנַיִם ביז דעם געמאַרק פֿון דבֿיר; 27און אין טאָל, בֵית-הָרָם, און בֵית-נִמרָה, און סוכּוֹת, און צָפֿוֹן, דער רעשט פֿון דעם קיניגרײַך פֿון סיחון דעם מלך פֿון חֶשבוֹן, דער יַרדן מיטן ברעג, ביז עק ים כִּנֶרֶת, אױף יענער זײַט יַרדן צו מזרח.
28דאָס איז די נחלה פֿון די קינדער פֿון גָד לױט זײערע משפּחות, די שטעט מיט זײערע דערפֿער.
29און משה האָט געגעבן צום האַלבן שבֿט מנַשֶה; און עס איז געװען פֿאַר דעם האַלבן שבֿט פֿון די קינדער פֿון מנַשֶה לױט זײערע משפּחות. 30און זײער געמאַרק איז געװען פֿון מַחנַיִם, גאַנץ בָשָן, דאָס גאַנצע קיניגרײַך פֿון עוֹג דעם מלך פֿון בָשָן, און אַלע דערפֿער פֿון יָאיר װאָס אין בָשָן, זעכציק שטעט; 31און האַלב גִלעָד, און עַשתָּרוֹת, און אֶדרֶעִי, די שטעט פֿון דעם קיניגרײַך פֿון עוֹגן אין בָשָן, זײַנען געװען פֿאַר די קינדער פֿון מָכיר דעם זון פֿון מנַשֶהן – פֿאַר אַ העלפֿט פֿון די קינדער פֿון מָכיר, לױט זײערע משפּחות.
32דאָס איז װאָס משה האָט געמאַכט אַרבן אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ, פֿון יענער זײַט יַרדן, בײַ יריחוֹ, צו מזרח. 33אָבער דעם שבֿט לֵוִי האָט משה נישט געגעבן קײן נחלה; ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, ער איז זײַן נחלה, אַזױ װי ער האָט צו זײ גערעדט.

Επιλέχθηκαν προς το παρόν:

יְהוֹשועַ יג: OYNEVIIM

Επισημάνσεις

Κοινοποίηση

Αντιγραφή

None

Θέλετε να αποθηκεύονται οι επισημάνσεις σας σε όλες τις συσκευές σας; Εγγραφείτε ή συνδεθείτε