שְמוֹת ה
ה
1און דערנאָך זײַנען משה און אַהרן געקומען, און האָבן געזאָגט צו פַּרעהן: אַזױ האָט געזאָגט ה׳, אלוקי יִשׂרָאֵל: לאָז אַװעק מײַן פֿאָלק, זײ זאָלן האַלטן אַ יוֹם-טובֿ צו מיר אין דער מדבר. 2האָט פַּרעה געזאָגט: װער איז ה׳,#הוֹשֵעַ 4.12; 5.4; 8.12 אַז איך זאָל צוהערן צו זײַן קֹול, אַװעקצולאָזן יִשׂרָאֵל? נישט איך קען ה׳, און נישט איך װעל אױך אַװעקלאָזן יִשׂרָאֵל. 3האָבן זײ געזאָגט: דער ג-ט פֿון די עִבֿרים האָט זיך באַגעגעַן אונדז. לאָמיר, איך בעט דיך, גײן דרײַ טעג װעגס אין דער מדבר, און מיר װעלן שלאַכטן צו ה׳ אלוקינו, כּדי ער זאָל אונדז נישט פּלאָגן {פגע}#יְשַעְיָה 53.6; וַיִּקְרָא 17.11 מיט אַ מגפֿה אָדער מיט שװערד. 4האָט דער מלך פֿון מִצרַיִם צו זײ געזאָגט: נאָך װאָס, משה און אַהרן, רײַסט איר אָפּ דאָס פֿאָלק פֿון זײַן אַרבעט? גײט צו אײַערע לאַסטאַרבעט. 5און פַּרעה האָט געזאָגט: דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד איז שױן אַצונד אױך צו פֿיל, און איר װילט זײ נאָך שטערן פֿון זײערע לאַסטאַרבעט.
6און פַּרעה האָט באַפֿױלן אין יענעם טאָג די צװינגערס אין דעם פֿאָלק, און זײַנע אױפֿזעערס, אַזױ צו זאָגן: 7איר זאָלט מער נישט געבן דעם פֿאָלק שטרױ אױף צו מאַכן די ציגל, אַזױ װי נעכטן-אײערנעכטן. זײ אַלײן זאָלן גײן, און זיך אָנקלײַבן שטרױ. 8און די צאָל ציגל, װאָס זײ האָבן געמאַכט נעכטן-אײערנעכטן, זאָלט איר אַרױפֿלײגן אױף זײ; איר זאָלט דערפֿון נישט מינערן; װאָרום פֿױל זײַנען זײ, דערום שרײַען זײ, אַזױ צו זאָגן: מיר װילן גײן שלאַכטן צו אלוקינו. 9זאָל די אַרבעט שװערער זײַן אױף די לײַט, אַז זײ זאָלן זײַן פֿאַרטאָן מיט איר, און זיך נישט פֿאַרנעמען מיט פֿאַלשע גערײדן. 10זײַנען אַרױסגעגאַנגען די צװינגערס פֿון דעם פֿאָלק, און זײַנע אױפֿזעערס, און האָבן געזאָגט צום פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט פַּרעה: איך גיב אײַך נישט קײן שטרױ. 11גײט איר, קריגט אײַך שטרױ פֿון װוּ איר קענט געפֿינען; װאָרום פֿון אײַער אַרבעט װערט גאָרנישט געמינערט.
12האָט זיך דאָס פֿאָלק צעשפּרײט איבערן גאַנצן לאַנד מִצרַיִם, צו קלײַבן סטערניע פֿאַר שטרױ. 13און די צװינגערס האָבן געטריבן, אַזױ צו זאָגן: ענדיקט אײַערע טאָגטעגלעכע אַרבעט, אַזױ װי בעת עס איז געװען שטרױ. 14און די אױפֿזעערס פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס די צװינגערס פֿון פַּרעהן האָבן אױפֿגעזעצט איבער זײ, האָבן געקריגן געשלאָגן, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס האָט איר נישט געענדיקט אײַער סכום ציגל אַזױ װי פֿריער, אי נעכטן אי הײַנט?
15זײַנען געקומען די אױפֿזעערס פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און האָבן געשריען צו פַּרעהן, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס טוסטו אַזױ צו דײַנע קנעכט? 16קײן שטרױ װערט נישט געגעבן דײַנע קנעכט, און מע הײסט אונדז: מאַכט ציגל; און זע, דײַנע קנעכט קריגן געשלאָגן, און די שולד איז אין דײַן פֿאָלק. 17האָט ער געזאָגט: פֿױל זײַט איר, פֿױל; דערום זאָגט איר: מיר װילן גײן שלאַכטן צו ה׳. 18און אַצונד, גײט אַרבעט, װאָרום קײן שטרױ װעט אײַך נישט געגעבן װערן, און די צאָל ציגל מוזט איר צושטעלן.
19האָבן די אױפֿזעערס פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זיך געזען אין אַן אומגליק, צו מוזן זאָגן: איר טאָרט נישט מינערן פֿון אײַערע טאָגטעגלעכע ציגל. 20און זײ האָבן געטראָפֿן משהן און אַהרֹנען, שטײענדיק אַקעגן זײ, בײַ זײער אַרױסגײן פֿון פַּרעהן; 21און זײ האָבן צו זײ געזאָגט: זאָל ה׳ אַראָפּקוקן אױף אײַך, און משפּטן, װאָס איר האָט פֿאַרמיאוסט אונדזער ריח אין די אױגן פֿון פַּרעהן, און אין די אױגן פֿון זײַנע קנעכט, צו געבן אַ שװערד אין זײער האַנט אונדז צו הרגען.
22האָט משה זיך צוריקגעקערט צו ה׳, און האָט געזאָגט: אֲדֹנָי, פֿאַר װאָס טוסטו שלעכטס דעם דאָזיקן פֿאָלק? צו װאָס גאָר האָסטו מיך געשיקט? 23אַז זינט איך בין געקומען צו פַּרעהן, צו רעדן אין דײַן נאָמען, באַגײט ער זיך נאָך ערגער מיט דעם דאָזיקן פֿאָלק, און מציל זײַן האָסטו נישט מציל געװען דײַן פֿאָלק.
လက္ရွိေရြးခ်ယ္ထားမွု
שְמוֹת ה: OYT2023
အေရာင္မွတ္ခ်က္
မၽွေဝရန္
ကူးယူ
မိမိစက္ကိရိယာအားလုံးတြင္ မိမိအေရာင္ခ်ယ္ေသာအရာမ်ားကို သိမ္းဆည္းထားလိုပါသလား။ စာရင္းသြင္းပါ (သို႔) အေကာင့္ဝင္လိုက္ပါ
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh