שְמוֹת ה

ה
1און דערנאָך זײַנען משה און אַהרֹן געקומען, און האָבן געזאָגט צו פַּרעהן: אַזױ האָט געזאָגט ה׳, אלוקי יִשׂרָאֵל: לאָז אַװעק מײַן פֿאָלק, זײ זאָלן האַלטן אַ יוֹם-טובֿ צו מיר אין דער מדבר. 2האָט פַּרעה געזאָגט: װער איז ה׳, אַז איך זאָל צוהערן צו זײַן קֹול, אַװעקצולאָזן יִשׂרָאֵל? נישט איך קען ה׳, און נישט איך װעל אױך אַװעקלאָזן יִשׂרָאֵל. 3האָבן זײ געזאָגט: דער ג-ט פֿון די עִבֿרים האָט זיך באַגעגענט אונדז. לאָמיר, איך בעט דיך, גײן דרײַ טעג װעגס אין דער מדבר, און מיר װעלן שלאַכטן צו ה׳ אלוקינו, כּדי ער זאָל אונדז נישט פּלאָגן מיט אַ מגפֿה אָדער מיט שװערד. 4האָט דער מלך פֿון מִצרַיִם צו זײ געזאָגט: נאָך װאָס, משה און אַהרֹן, רײַסט איר אָפּ דאָס פֿאָלק פֿון זײַן אַרבעט? גײט צו אײַערע לאַסטאַרבעט. 5און פַּרעה האָט געזאָגט: דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד איז שױן אַצונד אױך צו פֿיל, און איר װילט זײ נאָך שטערן פֿון זײערע לאַסטאַרבעט.
6און פַּרעה האָט באַפֿױלן אין יענעם טאָג די שָׂרֵי מִסִּים אין דעם פֿאָלק, און זײַנע אױפֿזעערס, אַזױ צו זאָגן: 7איר זאָלט מער נישט געבן דעם פֿאָלק שטרױ אױף צו מאַכן די ציגל, אַזױ װי נעכטן-אײערנעכטן. זײ אַלײן זאָלן גײן, און זיך אָנקלײַבן שטרױ. 8און די צאָל ציגל, װאָס זײ האָבן געמאַכט נעכטן-אײערנעכטן, זאָלט איר אַרױפֿלײגן אױף זײ; איר זאָלט דערפֿון נישט מינערן; װאָרעם פֿױל זײַנען זײ, דערום שרײַען זײ, אַזױ צו זאָגן: מיר װילן גײן שלאַכטן צו אלוקינו. 9זאָל די אַרבעט שװערער זײַן אױף די לײַט, אַז זײ זאָלן זײַן פֿאַרטאָן מיט איר, און זיך נישט פֿאַרנעמען מיט פֿאַלשע גערײדן. 10זײַנען אַרױסגעגאַנגען די שָׂרֵי מִסִּים פֿון דעם פֿאָלק, און זײַנע אױפֿזעערס, און האָבן געזאָגט צום פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט פַּרעה: איך גיב אײַך נישט קײן שטרױ. 11גײט איר, קריגט אײַך שטרױ פֿון װוּ איר קענט געפֿינען; װאָרעם פֿון אײַער אַרבעט װערט גאָרנישט געמינערט.
12האָט זיך דאָס פֿאָלק צעשפּרײט איבערן גאַנצן לאַנד מִצרַיִם, צו קלײַבן סטערניע פֿאַר שטרױ. 13און די שָׂרֵי מִסִּים האָבן געטריבן, אַזױ צו זאָגן: ענדיקט אײַערע טאָגטעגלעכע אַרבעט, אַזױ װי בעת עס איז געװען שטרױ. 14און די אױפֿזעערס פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס די שָׂרֵי מִסִּים פֿון פַּרעהן האָבן אױפֿגעזעצט איבער זײ, האָבן געקריגן געשלאָגן, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס האָט איר נישט געענדיקט אײַער סכום ציגל אַזױ װי פֿריער, אי נעכטן אי הײַנט?
15זײַנען געקומען די אױפֿזעערס פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און האָבן געשריען צו פַּרעהן, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס טוסטו אַזױ צו דײַנע קנעכט? 16קײן שטרױ װערט נישט געגעבן דײַנע קנעכט, און מע הײסט אונדז: מאַכט ציגל; און זע, דײַנע קנעכט קריגן געשלאָגן, און די שולד איז אין דײַן פֿאָלק. 17האָט ער געזאָגט: פֿױל זײַט איר, פֿױל; דערום זאָגט איר: מיר װילן גײן שלאַכטן צו ה׳. 18און אַצונד, גײט אַרבעט, װאָרעם קײן שטרױ װעט אײַך נישט געגעבן װערן, און די צאָל ציגל מוזט איר צושטעלן.
19האָבן די אױפֿזעערס פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זיך געזען אין אַן אומגליק, צו מוזן זאָגן: איר טאָרט נישט מינערן פֿון אײַערע טאָגטעגלעכע ציגל. 20און זײ האָבן געטראָפֿן משהן און אַהרֹנען, שטײענדיק אַקעגן זײ, בײַ זײער אַרױסגײן פֿון פַּרעהן; 21און זײ האָבן צו זײ געזאָגט: זאָל ה׳ אַראָפּקוקן אױף אײַך, און משפּטן, װאָס איר האָט פֿאַרמיאוסט אונדזער ריח אין די אױגן פֿון פַּרעהן, און אין די אױגן פֿון זײַנע קנעכט, צו געבן אַ שװערד אין זײער האַנט אונדז צו הרגען.
22האָט משה זיך צוריקגעקערט צו ה׳, און האָט געזאָגט: אֲדֹנָי, פֿאַר װאָס טוסטו שלעכטס דעם דאָזיקן פֿאָלק? צו װאָס גאָר האָסטו מיך געשיקט? 23אַז זינט איך בין געקומען צו פַּרעהן, צו רעדן אין דײַן נאָמען, באַגײט ער זיך נאָך ערגער מיט דעם דאָזיקן פֿאָלק, און מציל זײַן האָסטו נישט מציל געװען דײַן פֿאָלק.

선택된 구절:

שְמוֹת ה: OYTORAH

하이라이트

복사

비교

공유

None

모든 기기에 하이라이트를 저장하고 싶으신가요? 회원가입 혹은 로그인하세요