יְהוֹשועַ ד
ד
1און עס איז געװען, אַז דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געענדיקט אַריבערגײן דעם יַרדן, האָט ה׳ געזאָגט צו יְהוֹשועַן, אַזױ צו זאָגן: 2נעמט אײַך פֿון פֿאָלק צװעלף מענער, צו אײן מאַן, צו אײן מאַן פֿון אַ שבֿט. 3און באַפֿעלט זײ, אַזױ צו זאָגן: נעמט אײַך פֿון דאַנען, פֿון מיטן יַרדן, פֿון װוּ די פֿיס פֿון די כּהנים זײַנען געשטאַנען פֿעסט, צװעלף שטײנער, און איר זאָלט זײ אַריבערברענגען מיט אײַך, און זײ אַװעקלײגן אין דעם נאַכטלאַגער װאָס איר װעט דרינען נעכטיקן די נאַכט.
4און יְהוֹשועַ האָט גערופֿן די צװעלף מענער, װאָס ער האָט אָנגעברײט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, צו אײן מאַן, צו אײן מאַן פֿון אַ שבֿט, 5און יְהוֹשועַ האָט צו זײ געזאָגט: גײט אַריבער צו דעם אָרון פֿון ה׳ אלוקיכם, אין מיטן יַרדן, און נעמט אײַך איטלעכער אַ שטײן אױף זײַן אַקסל, לױט דער צאָל פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; 6כּדי דאָס זאָל זײַן אַ צײכן צװישן אײַך; אַז אײַערע קינדער װעלן שפּעטער אַהין פֿרעגן, אַזױ צו זאָגן: װאָס זײַנען אײַך די דאָזיקע שטײנער? 7זאָלט איר זײ זאָגן: װײַל די װאַסערן פֿון יַרדן זײַנען פֿאַרשניטן געװאָרן פֿאַר דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית; װען ער איז אַריבערגעגאַנגען איבערן יַרדן איז פֿאַרשניטן געװאָרן דאָס װאַסער פֿון יַרדן; און די דאָזיקע שטײנער װעלן זײַן פֿאַר אַ דערמאָנונג צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל ביז אײביק.
8און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן אַזױ געטאָן, אַזױ װי יְהוֹשועַ האָט באַפֿױלן; און זײ האָבן גענומען צװעלף שטײנער פֿון מיטן יַרדן, אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט צו יְהוֹשועַן, לױט דער צאָל פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן זײ אַריבערגעטראָגן מיט זיך צו דעם נאַכטלאַגער, און זײ אַװעקגעלײגט דאָרטן.
9און צװעלף שטײנער האָט יְהוֹשועַ אױפֿגעשטעלט אין מיטן יַרדן, אױף דעם אָרט װוּ די פֿיס פֿון די כּהנים, װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון ברית, זײַנען געשטאַנען; און זײ זײַנען דאָרטן ביז אױף הײַנטיקן טאָג. 10און די כּהנים װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון, זײַנען געשטאַנען אין מיטן יַרדן, ביז עס איז אױסגעפֿירט געװאָרן אַלצדינג װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן יְהוֹשועַן צו רעדן צום פֿאָלק, אַזױ װי אַלץ װאָס משה האָט באַפֿױלן יְהוֹשועַן. און דאָס פֿאָלק האָט געאײַלט און איז אַריבערגעגאַנגען. 11און עס איז געװען, װי דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געענדיקט אַריבערגײן, אַזױ איז אַריבערגעגאַנגען דער אָרון פֿון ה׳ און די כּהנים פֿאַרן פֿאָלק.
12און די קינדער פֿון ראובֿן, און די קינדער פֿון גָד, און דער האַלבער שבֿט מנַשֶה, זײַנען אַריבערגעגאַנגען באַװאָפֿנטע פֿאַרױס פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ װי משה האָט צו זײ גערעדט. 13אַרום פֿערציק טױזנט באַװאָפֿנטע חיל זײַנען אַריבערגעגאַנגען פֿאַר ה׳ס אָנגעזיכט אױף מלחמה, צו די פּלױנען פֿון יריחוֹ.
14אין יענעם טאָג האָט ה׳ געגרײסט יְהוֹשועַן פֿאַר די אױגן פֿון גאַנץ יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן מורא געהאַט פֿאַר אים אַזױ װי זײ האָבן מורא געהאַט פֿאַר משהן, אַלע טעג פֿון זײַן לעבן.
15און ה׳ האָט געזאָגט צו יְהוֹשועַן, אַזױ צו זאָגן: 16באַפֿעל די כּהנים װאָס טראָגן דעם אָרון פֿון צײגנים, זײ זאָלן אַרױפֿגײן פֿון יַרדן.
17האָט יְהוֹשועַ באַפֿױלן די כּהנים, אַזױ צו זאָגן: גײט אַרױף פֿון יַרדן. 18און עס איז געװען, אַז די כּהנים, װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית, זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון מיטן יַרדן, װי די פֿוסטריט פֿון די כּהנים האָבן זיך אױפֿגעהױבן אױף דער יבשה, אַזױ האָבן די װאַסערן פֿון יַרדן זיך אומגעקערט אױף זײער אָרט, און זײַנען געגאַנגען איבער אַלע זײַנע ברעגן אַזױ װי נעכטן-אײערנעכטן.
19און דאָס פֿאָלק איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון יַרדן אין צענטן טאָג פֿון ערשטן חודש, און זײ האָבן גערוט אין גִלגָל, אין מזרח-עק פֿון יריחוֹ.
20און די דאָזיקע צװעלף שטײנער, װאָס זײ האָבן אַרױסגענומען פֿון יַרדן, האָט יְהוֹשועַ אױפֿגעשטעלט אין גִלגָל. 21און ער האָט געזאָגט צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: אַז אײַערע קינדער װעלן שפּעטער אַהין פֿרעגן זײערע עלטערן, אַזױ צו זאָגן: װאָס זײַנען די דאָזיקע שטײנער? 22זאָלט איר מאַכן װיסן אײַערע קינדער, אַזױ צו זאָגן: אױף טריקעניש איז יִשׂרָאֵל אַריבערגעגאַנגען דעם דאָזיקן יַרדן.
23װאָרעם ה׳ אלוקיכם האָט אױסגעטריקנט די װאַסערן פֿון יַרדן פֿון פֿאַר אײַך, ביז איר זײַט אַריבערגעגאַנגען, אַזױ װי ה׳ אלוקיכם האָט געטאָן צום ים-סוףֿ, װאָס ער האָט אױסגעטריקנט פֿון פֿאַר אונדז, ביז מיר זײַנען אַריבערגעגאַנגען; 24כּדי אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד זאָלן װיסן די האַנט פֿון ה׳ אַז זי איז שטאַרק; כּדי איר זאָלט מורא האָבן פֿאַר ה׳ אלוקיכם אַלע טעג.
Επιλέχθηκαν προς το παρόν:
יְהוֹשועַ ד: OYNEVIIM
Επισημάνσεις
Κοινοποίηση
Αντιγραφή
Θέλετε να αποθηκεύονται οι επισημάνσεις σας σε όλες τις συσκευές σας; Εγγραφείτε ή συνδεθείτε
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025

: