Λογότυπο YouVersion
Εικονίδιο αναζήτησης

יְהוֹשועַ יט

יט
1און דער צװײטער גורל איז אַרױסגעקומען פֿאַר שמעון, פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון שמעון לױט זײערע משפּחות; און זײער נחלה איז געװען אין מיטן פֿון דער נחלה פֿון די קינדער פֿון יהוּדה. 2און זײ האָבן געהאַט אין זײער נחלה באֵר-שֶבַֿע, דאָס איז שֶבַֿע, און מוֹלָדָה; 3און חַצַר-שועָל, און בלָה, און עֶצֶם; 4און אֶלתּוֹלַד, און בתול, און חָרמָה; 5און ציקלַג, און בֵית-מַרכָּבֿוֹת, און חַצַר-סוסָה; 6און בֵית-לבֿאוֹת, און שָרוחֶן; דרײַצן שטעט מיט זײערע דערפֿער. 7עַיִן, רִמוֹן, און עֶתֶר, און עָשָן; פֿיר שטעט מיט זײערע דערפֿער. 8און אַלע דערפֿער װאָס רונד אַרום די דאָזיקע שטעט ביז בעֲלַת-באֵר, ביז רָמָה פֿון דָרום. דאָס איז די נחלה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון שמעון לױט זײערע משפּחות. 9פֿון דעם טײל פֿון די קינדער פֿון יהוּדה איז געװען די נחלה פֿון די קינדער פֿון שמעון, װאָרעם דער חלק פֿון די קינדער פֿון יהוּדה איז געװען צו גרױס פֿאַר זײ, און די קינדער פֿון שמעון האָבן געקריגן אַ נחלה אין מיטן פֿון זײער נחלה.
10און דער דריטער גורל איז אַרױפֿגעקומען פֿאַר די קינדער פֿון זבֿולון לױט זײערע משפּחות; און דער געמאַרק פֿון זײער נחלה איז געװען ביז שָׂריד. 11און זײער געמאַרק איז אַרױפֿגעגאַנגען צו מערבֿ און מַרעֵלָה, און האָט זיך אָנגעשטױסן אָן דַבשֶת, און זיך אָנגעשטױסן אָן דעם טײַך װאָס פֿאַר יָקנְעָם. 12און ער האָט זיך אומגעקערט פֿון שָׂריד צו מזרח, קעגן זונאױפֿגאַנג, ביז דעם געמאַרק פֿון כִּסלוֹת-תָּבֿוֹר, און איז אַרױסגעגאַנגען צו דָבֿרַת, און אַרױפֿגעגאַנגען קײן יָפֿיעַ. 13און פֿון דאָרטן איז ער אַריבער קײן מזרח, צו זונאױפֿגאַנג, צו גַת-חֵפֿר, צו עֵת-קָצין, און איז אַרױסגעגאַנגען בײַ רִמוֹן און האָט זיך געצױגן קײן נֵעָה. 14און דער געמאַרק האָט זיך אױסגעדרײט אַרום דעם צו צפֿון פֿון חַנָתוֹן; און זײַן אױסלאָז איז געװען דער טאָל יפֿתּח-אֵל; 15און קַטָת, און נַהלָל, און שִמרוֹן, און יִדאַלָה, און בֵית-לֶחֶם; צװעלף שטעט מיט זײערע דערפֿער. 16דאָס איז די נחלה פֿון די קינדער פֿון זבֿולון לױט זײערע משפּחות, די דאָזיקע שטעט מיט זײערע דערפֿער.
17פֿאַר יִשׂשָׂכָר איז אַרױסגעקומען דער פֿירטער גורל; פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂשָׂכָר לױט זײערע משפּחות. 18און זײער געמאַרק איז געװען יִזרְעֶאל, און כְסוּלוֹת, און שוּנֵם; 19און חַפֿרַיִם, און שֵאוֹן, און אַנָחרַת; 20און רַבית, און קִשיוֹן, און אֶבֿץ; 21און רֶמֶת, און עֵין-גַנים, און עֵין-חַדָה, און בֵית-פּצֵץ, 22און דער געמאַרק האָט זיך אָנגעשטױסן אָן תָּבֿוֹר, און שַחצימָה, און בֵית-שֶמֶש; און דער אױסלאָז פֿון זײער געמאַרק איז געװען דער יַרדן; זעכצן שטעט מיט זײערע דערפֿער. 23דאָס איז די נחלה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון יִשׂשָׂכָר לױט זײערע משפּחות, די שטעט מיט זײערע דערפֿער.
24און דער פֿינפֿטער גורל איז אַרױסגעקומען פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון אָשֵר לױט זײערע משפּחות. 25און זײער געמאַרק איז געװען: חֶלקַת, און חַלי, און בטֶן, און אַכשָף; 26און אַלַמֶלֶך, און עַמעָד, און מִשְאָל; און ער האָט זיך אָנגעשטױסן אָן כַּרמֶל אין מערבֿ, און אָן שיחוֹר-לִבֿנָת. 27און ער האָט זיך אומגעקערט צו זונאױפֿגאַנג, צו בֵית-דָגוֹן, און האָט זיך אָנגעשטױסן אָן זבֿולון, און אָן דעם טאָל יפֿתַּח-אֵל צו צפֿון, בֵית-עֵמֶק, און נְעִיאל, און איז אַרױס צו כָּבֿול אױף צפֿון, 28און עֶבֿרוֹן, און רחוֹבֿ, און חַמוֹן, און קָנָה, ביז גרױס-צידון. 29און דער געמאַרק האָט זיך אומגעקערט צו רָמָה, און ביז דער פֿעסטונגשטאָט צוֹר. און דער געמאַרק האָט זיך אומגעקערט צו חוֹסָה; און זײַן אױסלאָז איז געװען בײַם ים, פֿון געגנט ביז אַכזיבֿ; 30און עומָה, און אַפֿק, און רחוֹבֿ; צװײ און צװאַנציק שטעט מיט זײערע דערפֿער. 31דאָס איז די נחלה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון אָשֵר לױט זײערע משפּחות, די דאָזיקע שטעט מיט זײערע דערפֿער.
32פֿאַר די קינדער פֿון נַפֿתָּלי איז אַרױסגעקומען דער זעקסטער גורל; פֿאַר די קינדער פֿון נַפֿתָּלי לױט זײערע משפּחות. 33און זײער געמאַרק איז געװען פֿון חֶלֶף, פֿון אֵלוֹן-בצַעֲנַנים, און אַדָמי-נֶקֶבֿ, און יַבֿנְאֵל, ביז לַקום; און זײַן אױסלאָז איז געװען דער יַרדן. 34און דער געמאַרק האָט זיך אומגעקערט קײן מערבֿ, צו אַזנוֹת-תָּבֿוֹר, און איז אַרױס פֿון דאָרטן צו חוקוֹק, און האָט זיך אָנגעשטױסן אָן זבֿולון אין דָרום, און אָן אָשֵר האָט ער זיך אָנגעשטױסן אין מערבֿ, און אָן יהוּדה בײַם יַרדן צו זונאױפֿגאַנג. 35און די פֿעסטונגשטעט זײַנען געװען צִדִּים, צֵר, און חַמַת, רַקַת, און כִּנֶרֶת; 36און אַדָמָה, און רָמָה, און חָצוֹר; 37און קֶדֶש, און אֶדרֶעִי, און עֵין-חָצוֹר; 38און יִרְאוֹן, און מִגדַל-אֵל, חָרֵם, און בֵית-עַנָת, און בֵית-שֶמֶש; נײַנצן שטעט מיט זײערע דערפֿער. 39דאָס איז די נחלה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון נַפֿתָּלי לױט זײערע משפּחות, די שטעט מיט זײערע דערפֿער.
40פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון דָן לױט זײערע משפּחות איז אַרױסגעקומען דער זיבעטער גורל. 41און דער געמאַרק פֿון זײער נחלה איז געװען: צָרעָה, און אֶשתָּאוֹל, און עִיר-שֶמֶש; 42און שַעֲלַבין, און אַיָלוֹן, און יִתלָה; 43און אֵילוֹן, און תִּמנָה, און עֶקרוֹן; 44און אֶלתּקֵה, און גִבתוֹן, און בַעַלָת; 45און יהוד, און בנֵי-ברַק, און גַת-רִמוֹן; 46און מֵי-יַרקוֹן, און רַקוֹן, מיט דעם געמאַרק אַקעגן יָפֿוֹ.
47און דער געמאַרק פֿון די קינדער פֿון דָן איז אױסגעקומען צו װינציק פֿאַר זײ; זײַנען די קינדער פֿון דָן אַרױפֿגעגאַנגען און האָבן מלחמה געהאַלטן מיט לֶשֶם, און האָבן זי באַצװוּנגען, און זי געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד, און זי געאַרבט, און זיך באַזעצט אין איר; און זײ האָבן גערופֿן לֶשֶם, דָן, אַזױ װי דער נאָמען פֿון זײער פֿאָטער דָן. 48דאָס איז די נחלה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון דָן לױט זײערע משפּחות, די דאָזיקע שטעט מיט זײערע דערפֿער.
49און אַז זײ האָבן געענדיקט מאַכן אַרבן דאָס לאַנד לױט אירע געמאַרקן, האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל געגעבן אַ נחלה צו יְהוֹשועַ דעם זון פֿון נון, צװישן זײ. 50לױט דעם מױל פֿון ה׳ האָבן זײ אים געגעבן די שטאָט װאָס ער האָט פֿאַרלאַנגט, תִּמנַת-סֶרַח אין דעם געבערג פֿון אפֿרים; און ער האָט באַבױט די שטאָט, און זיך באַזעצט אין איר.
51דאָס זײַנען די נחלאָות װאָס אֶלעָזָר דער כּהן, און יְהוֹשועַ דער זון פֿון נון, און די הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, האָבן געמאַכט אַרבן לױט גורל אין שילוֹ פֿאַר ה׳, בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. אַזױ האָבן זײ געענדיקט צעטײלן דאָס לאַנד.

Επιλέχθηκαν προς το παρόν:

יְהוֹשועַ יט: OYNEVIIM

Επισημάνσεις

Κοινοποίηση

Αντιγραφή

None

Θέλετε να αποθηκεύονται οι επισημάνσεις σας σε όλες τις συσκευές σας; Εγγραφείτε ή συνδεθείτε