יְהוֹשועַ י
י
1און עס איז געװען, װי אַדוֹני-צֶדֶק דער מלך פֿון ירושָלַיִם האָט געהערט אַז יְהוֹשועַ האָט באַצװוּנגען עַי, און האָט זי פֿאַרװיסט; אַז אַזױ װי ער האָט געטאָן צו יריחוֹ און צו איר מלך, אַזױ האָט ער געטאָן צו עַי און צו איר מלך; און אַז די באַװױנער פֿון גִבֿעוֹן האָבן געמאַכט שלום מיט יִשׂרָאֵל, און זײַנען געבליבן צװישן זײ; 2האָבן זײ זײער מורא געקריגן, װײַל גִבֿעוֹן איז געװען אַ גרױסע שטאָט, אַזױ װי אײנע פֿון די מלוכה-שטעט, און װײַל זי איז געװען גרעסער פֿון עַי, און אַלע אירע מענטשן זײַנען געװען גיבוֹרים. 3און אַדוֹני-צֶדֶק דער מלך פֿון ירושָלַיִם האָט געשיקט צו הוֹהָם דעם מלך פֿון חֶבֿרוֹן, און צו פִּרְאָם דעם מלך פֿון יַרמות, און צו יָפֿיעַ דעם מלך פֿון לָכיש, און צו דבֿיר דעם מלך פֿון עֶגלוֹן, אַזױ צו זאָגן: 4קומט אַרױף צו מיר, און העלפֿט מיר, און לאָמיר שלאָגן גִבֿעוֹן, װײַל זי האָט געמאַכט שלום מיט יְהוֹשועַן און מיט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
5האָבן זיך אײַנגעזאַמלט און זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען די פֿינף מלכים פֿון אֶמוֹרי, דער מלך פֿון ירושָלַיִם, דער מלך פֿון חֶבֿרוֹן, דער מלך פֿון יַרמות, דער מלך פֿון לָכיש, דער מלך פֿון עֶגלוֹן, זײ מיט אַלע זײערע מחנות, און זײ האָבן געלעגערט אױף גִבֿעוֹן, און מלחמה געהאַלטן אױף איר.
6האָבן די מענטשן פֿון גִבֿעוֹן געשיקט צו יְהוֹשועַן אין לאַגער קײן גִלגָל, אַזױ צו זאָגן: זאָלסט נישט אָפּלאָזן דײַנע הענט פֿון דײַנע קנעכט; קום אַרױף צו אונדז אױף גיך, און העלף אונדז, און שטײ אונדז בײַ; װאָרעם אַלע מלכים פֿון אֶמוֹרי, די באַװױנער פֿון דעם געבערג, האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אױף אונדז.
7איז יְהוֹשועַ אַרױפֿגעגאַנגען פֿון גִלגָל, ער און דאָס גאַנצע מלחמה-פֿאָלק מיט אים, און אַלע העלדישע גיבוֹרים. 8און ה׳ האָט געזאָגט צו יְהוֹשועַן: זאָלסט נישט מורא האָבן פֿאַר זײ, װאָרעם איך האָב זײ געגעבן אין דײַן האַנט; קײנער פֿון זײ װעט נישט באַשטײן פֿאַר דיר. 9און יְהוֹשועַ איז געקומען אױף זײ פּלוצעם; די גאַנצע נאַכט איז ער אַרױפֿגעגאַנגען פֿון גִלגָל. 10און ה׳ האָט זײ צעטומלט פֿאַר יִשׂרָאֵל; און ער האָט זײ געשלאָגן אַ גרױסן שלאַק אין גִבֿעוֹן, און האָט זײ נאָכגעיאָגט אױף דעם װעג פֿון דעם אַרױפֿגאַנג פֿון בֵית-חוֹרוֹן, און זײ געשלאָגן ביז עַזֵקָה, און ביז מַקֵדָה.
11און עס איז געװען, אַז זײ זײַנען געלאָפֿן פֿאַר יִשׂרָאֵל, װען זײ זײַנען געװען אױף דעם אַראָפּגאַנג פֿון בֵית-חוֹרוֹן, האָט ה׳ אַראָפּגעװאָרפֿן אױף זײ פֿון הימל גרױסע שטײנער, ביז עַזֵקָה, און זײ זײַנען געשטאָרבן. מער זײַנען געװען די װאָס זײַנען געשטאָרבן פֿון די האָגלשטײנער, װי די װאָס די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געהרגעט מיטן שװערד.
12דענצמאָל האָט יְהוֹשועַ גערעדט צו ה׳ – אין דעם טאָג װאָס ה׳ האָט איבערגעגעבן דעם אֶמוֹרי צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל – און ער האָט געזאָגט פֿאַר די אױגן פֿון יִשׂרָאֵל:
זון, שטײ שטיל אין גִבֿעוֹן,
און לִבֿנָה, אין טאָל פֿון אַיָלוֹן!
13און די זון איז שטיל געשטאַנען,
און די לבֿנה האָט זיך אָפּגעשטעלט,
ביז דאָס פֿאָלק האָט זיך נוֹקם געװען אָן זײַנע פֿײַנט.
דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון יָשָר. און די זון האָט זיך אָפּגעשטעלט אין האַלבן הימל, און האָט זיך נישט געאײַלט אונטערצוגײן אַרום אַ גאַנצן טאָג. 14און אַזאַ טאָג װי יענער איז נישט געװען, פֿאַר אים אָדער נאָך אים, אַז ה׳ זאָל געהאָרכן דעם קֹול פֿון אַ מענטשן; װאָרעם ה׳ האָט מלחמה געהאַלטן פֿאַר יִשׂרָאֵל.
15און יְהוֹשועַ און גאַנץ יִשׂרָאֵל מיט אים האָבן זיך אומגעקערט אין לאַגער קײן גִלגָל. 16און די דאָזיקע פֿינף מלכים זײַנען אַנטלאָפֿן, און האָבן זיך באַהאַלטן אין דער הײל אין מַקֵדָה. 17איז אָנגעזאָגט געװאָרן יְהוֹשועַן, אַזױ צו זאָגן: די פֿינף מלכים זײַנען געפֿונען געװאָרן באַהאַלטן אין דער הײל אין מַקֵדָה. 18האָט יְהוֹשועַ געזאָגט: קײַקלט צו גרױסע שטײנער צום מױל פֿון דער הײל, און שטעלט לעבן איר מענטשן, זײ צו היטן. 19און איר זאָלט אײַך נישט אָפּשטעלן; יאָגט נאָך אײַערע פֿײַנט, און איר זאָלט שלאָגן זײערע הינטערשטע; איר זאָלט זײ נישט לאָזן אַרײַנקומען אין זײערע שטעט; װאָרעם ה׳ אלוקיכם האָט זײ געגעבן אין אײַער האַנט.
20און עס איז געװען, אַז יְהוֹשועַ און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זײ געענדיקט שלאָגן זײער אַ גרױסן שלאַק, ביז זײ זײַנען פֿאַרלענדט געװאָרן, און די געבליבענע װאָס זײַנען געבליבן פֿון זײ, זײַנען אַרײַן אין די פֿעסטונגשטעט, 21אַזױ האָט דאָס גאַנצע פֿאָלק זיך אומגעקערט אין לאַגער צו יְהוֹשועַן קײן מַקֵדָה בשלום; קײנער האָט זײַן צונג נישט געשאַרפֿט אַקעגן עמיצן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
22האָט יְהוֹשועַ געזאָגט: עפֿנט אױף דאָס מױל פֿון דער הײל, און ברענגט אַרױס צו מיר די דאָזיקע פֿינף מלכים פֿון דער הײל.
23האָבן זײ אַזױ געטאָן; און זײ האָבן אַרױסגעבראַכט צו אים די דאָזיקע פֿינף מלכים פֿון דער הײל, דעם מלך פֿון ירושָלַיִם, דעם מלך פֿון חֶבֿרוֹן, דעם מלך פֿון יַרמות, דעם מלך פֿון לָכיש, דעם מלך פֿון עֶגלוֹן. 24און עס איז געװען, װי זײ האָבן אַרױסגעבראַכט די דאָזיקע מלכים צו יְהוֹשועַן, אַזױ האָט יְהוֹשועַ גערופֿן אַלע מענער פֿון יִשׂרָאֵל, און ער האָט געזאָגט צו די לידער פֿון די מלחמה-לײַט װאָס זײַנען מיט אים געגאַנגען: גענענט, טוט אַרױף אײַערע פֿיס אױף די העלדזער פֿון די דאָזיקע מלכים. האָבן זײ גענענט, און האָבן אַרױפֿגעטאָן זײערע פֿיס אױף זײערע העלדזער. 25און יְהוֹשועַ האָט צו זײ געזאָגט: איר זאָלט נישט מורא האָבן און נישט אַנגסטן, זײַט שטאַרק און פֿעסט, װאָרעם אַזױ װעט ה׳ טאָן צו אַלע אײַערע פֿײַנט װאָס איר האַלט מלחמה מיט זײ. 26און יְהוֹשועַ האָט זײ דערנאָך געשלאָגן, און האָט זײ געטײט, און זײ אױפֿגעהאַנגען אױף פֿינף בײמער; און זײ זײַנען געהאַנגען אױף די בײמער ביזן אָװנט.
27און עס איז געװען אין צײַט פֿון זון-אונטערגאַנג, האָט יְהוֹשועַ באַפֿױלן, און מע האָט זײ אַראָפּגענומען פֿון די בײמער, און זײ אַרײַנגעװאָרפֿן אין דער הײל, װאָס זײ האָבן זיך דאָרטן באַהאַלטן. און מע האָט אַרױפֿגעטאָן גרױסע שטײנער אױפֿן מױל פֿון דער הײל, װוּ זײ ליגן אַזש ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
28און יְהוֹשועַ האָט באַצװוּנגען מַקֵדָה אין יענעם טאָג, און האָט געשלאָגן זי און איר מלך מיטן שאַרף פֿון שװערד; ער האָט פֿאַרװיסט זײ און אַלע נפֿשות װאָס אין איר; ער האָט נישט געלאָזט אַן איבערבלײַב. און ער האָט געטאָן צום מלך פֿון מַקֵדָה, אַזױ װי ער האָט געטאָן צום מלך פֿון יריחוֹ.
29און יְהוֹשועַ און גאַנץ יִשׂרָאֵל מיט אים זײַנען אַריבערגעגאַנגען פֿון מַקֵדָה קײן לִבֿנָה, און ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט לִבֿנָה. 30און ה׳ האָט אױך זי און איר מלך געגעבן אין דער האַנט פֿון יִשׂרָאֵל; און ער האָט זי געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד, מיט אַלע נפֿשות װאָס אין איר; ער האָט נישט געלאָזט אין איר אַן איבערבלײַב. און ער האָט געטאָן צו איר מלך אַזױ װי ער האָט געטאָן צום מלך פֿון יריחוֹ.
31און יְהוֹשועַ און גאַנץ יִשׂרָאֵל מיט אים זײַנען אַריבערגעגאַנגען פֿון לִבֿנָה קײן לָכיש, און ער האָט געלעגערט אױף איר און מלחמה געהאַלטן אַקעגן איר. 32און ה׳ האָט געגעבן לָכיש אין דער האַנט פֿון יִשׂרָאֵל; און ער האָט זי באַצװוּנגען אױפֿן צװײטן טאָג, און האָט זי געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד, מיט אַלע נפֿשות װאָס אין איר; אַזױ װי אַלץ װאָס ער האָט געטאָן צו לִבֿנָה.
33דענצמאָל איז אַרױפֿגעקומען הוֹרָם דער מלך פֿון גֶזֶר צו העלפֿן לָכיש, און יְהוֹשועַ האָט געשלאָגן אים און זײַן פֿאָלק ביז ער האָט אים נישט געלאָזט אַן איבערבלײַב.
34און יְהוֹשועַ און גאַנץ יִשׂרָאֵל מיט אים זײַנען אַריבערגעגאַנגען פֿון לָכיש קײן עֶגלוֹן, און זײ האָבן געלעגערט אױף איר, און מלחמה געהאַלטן אױף איר. 35און זײ האָבן זי באַצװוּנגען אין יענעם טאָג, און האָבן זי געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד; און אַלע נפֿשות װאָס אין איר האָט ער פֿאַרװיסט אין יענעם טאָג; אַזױ װי אַלץ װאָס ער האָט געטאָן צו לָכיש.
36און יְהוֹשועַ און גאַנץ יִשׂרָאֵל מיט אים זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון עֶגלוֹן קײן חֶבֿרוֹן, און זײ האָבן מלחמה געהאַלטן אױף איר. 37און זײ האָבן זי באַצװוּנגען, און האָבן זי געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד, מיט איר מלך, און אַלע אירע שטעט, און אַלע נפֿשות װאָס אין איר; ער האָט נישט געלאָזט אַן איבערבלײַב; אַזױ װי אַלץ װאָס ער האָט געטאָן צו עֶגלוֹן. און ער האָט פֿאַרװיסט זי און אַלע נפֿשות װאָס אין איר.
38און יְהוֹשועַ און גאַנץ יִשׂרָאֵל מיט אים האָבן זיך אומגעקערט קײן דבֿיר, און ער האָט מלחמה געהאַלטן אױף איר. 39און ער האָט באַצװוּנגען זי און איר מלך, און אַלע אירע שטעט; און זײ האָבן זײ געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד, און פֿאַרװיסט אַלע נפֿשות װאָס אין איר; ער האָט נישט געלאָזט אַן איבערבלײַב. אַזױ װי ער האָט געטאָן צו חֶבֿרוֹן, אַזױ האָט ער געטאָן צו דבֿיר און צו איר מלך; אַזױ װי ער האָט אױך געטאָן צו לִבֿנָה און צו איר מלך.
40און יְהוֹשועַ האָט געשלאָגן דאָס גאַנצע לאַנד, דאָס געבערג, און דעם דָרום, און די נידערונג, און די אַראָפּגאַנגען, און אַלע זײערע מלכים; ער האָט נישט געלאָזט אַן איבערבלײַב, נײַערט װוּ נאָר אַן נשמה האָט ער פֿאַרװיסט, אַזױ װי ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל האָט באַפֿױלן. 41און יְהוֹשועַ האָט זײ געשלאָגן פֿון קָדֵש-ברנֵעַ און ביז עַזָה, און דאָס גאַנצע לאַנד גוֹשֶן, און ביז גִבֿעוֹן. 42און אַלע די דאָזיקע מלכים און זײער לאַנד האָט יְהוֹשועַ באַצװוּנגען אױף אײן מאָל; װאָרעם ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל האָט מלחמה געהאַלטן פֿאַר יִשׂרָאֵל.
43און יְהוֹשועַ און גאַנץ יִשׂרָאֵל מיט אים האָבן זיך אומגעקערט אין לאַגער קײן גִלגָל.
Επιλέχθηκαν προς το παρόν:
יְהוֹשועַ י: OYNEVIIM
Επισημάνσεις
Κοινοποίηση
Αντιγραφή
Θέλετε να αποθηκεύονται οι επισημάνσεις σας σε όλες τις συσκευές σας; Εγγραφείτε ή συνδεθείτε
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025

: