שוֹפֿטִים יט
יט
1און עס איז געװען אין יענע טעג, װען קײן מלך איז נישט געװען אין יִשׂרָאֵל, האָט אַ מאַן אַ לֵוִי געװױנט אין עק געבערג פֿון אפֿרים, און ער האָט זיך גענומען אַ קעפּסװײַב פֿון בֵית-לֶחֶם-יהוּדה. 2און זײַן קעפּסװײַב איז אים געװאָרן אומטרײַ, און איז אַװעקגעגאַנגען פֿון אים צו איר פֿאָטערס הױז קײן בֵית-לֶחֶם-יהוּדה, און איז דאָרטן אָפּגעװען פֿיר חדשים צײַט. 3איז אױפֿגעשטאַנען איר מאַן, און איז געגאַנגען נאָך איר, צו רעדן צו איר האַרצן, כּדי זי אומצוקערן; און מיט אים איז געװען זײַן יונג און אַ פּאָר אײזלען. און זי האָט אים אַרײַנגעבראַכט אין איר פֿאָטערס הױז; און װי דער פֿאָטער פֿון דער יונגער פֿרױ האָט אים דערזען, אַזױ האָט ער זיך געפֿרײט אַנטקעגן אים. 4און זײַן שװער, דער פֿאָטער פֿון דער יונגער פֿרױ, האָט אים פֿאַרהאַלטן, און ער איז בײַ אים געזעסן דרײַ טעג; און זײ האָבן געגעסן און געטרונקען, און האָבן דאָרטן גענעכטיקט.
5און עס איז געװען אױפֿן פֿירטן טאָג, האָבן זײ זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און ער איז אױפֿגעשטאַנען צו גײן. האָט דער פֿאָטער פֿון דער יונגער פֿרױ געזאָגט צו זײַן אײדעם: לען אונטער דײַן האַרץ מיט אַ שטיקל ברױט, און דערנאָך װעט איר גײן. 6האָבן זײ זיך געזעצט, און האָבן בײדע אין אײנעם געגעסן און געטרונקען, און דער פֿאָטער פֿון דער יונגער פֿרױ האָט געזאָגט צו דעם מאַן: באַװיליק, איך בעט דיך, און נעכטיק איבער, און לאָז װױלגײן דײַן האַרץ. 7און דער מאַן איז אױפֿגעשטאַנען צו גײן, אָבער זײַן שװער איז צוגעשטאַנען צו אים, און ער האָט װידער דאָרטן גענעכטיקט. 8און װי ער האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי אױפֿן פֿינפֿטן טאָג צו גײן, אַזױ האָט דער פֿאָטער פֿון דער יונגער פֿרױ געזאָגט: לען אונטער, איך בעט דיך, דײַן האַרץ, און פֿאַרװײַלט ביז דער טאָג נײַגט זיך; און זײ האָבן בײדע געגעסן.
9און דער מאַן איז אױפֿגעשטאַנען צו גײן, ער און זײַן קעפּסװײַב און זײַן יונג; אָבער זײַן שװער, דער פֿאָטער פֿון דער יונגער פֿרױ, האָט צו אים געזאָגט: זע נאָר, דער טאָג פֿאַרגײט צום אָװנט; נעכטיקט איבער, איך בעט דיך; אָט זעצט זיך דער טאָג, נעכטיק דאָ, און לאָז װױלגײן דײַן האַרץ, און מאָרגן װעט איר זיך פֿעדערן אױף אײַער װעג, און װעסט גײן צו דײַן געצעלט. 10אָבער דער מאַן האָט נישט געװאָלט נעכטיקן, און ער איז אױפֿגעשטאַנען און איז אַװעק, און ער איז געקומען ביז אַקעגן יבֿוס – דאָס איז ירושָלַיִם – און מיט אים אַ פּאָר געזאָטלטע אײזלען, און זײַן קעפּסװײַב מיט אים.
11אַז זײ זײַנען געװען בײַ יבֿוס, איז דער טאָג שױן געװען זײער גענידערט, און דער יונג האָט געזאָגט צו זײַן האַר: קום, איך בעט דיך, און לאָמיר אײַנקערן אין דער דאָזיקער שטאָט פֿון דעם יבֿוסי, און נעכטיקן אין איר. 12האָט זײַן האַר צו אים געזאָגט: מיר װעלן נישט אײַנקערן אין אַ שטאָט פֿון פֿרעמדע, װאָס איז נישט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; לאָמיר אַריבערגײן ביז גִבֿעָה. 13און ער האָט געזאָגט צו זײַן יונג: קום, און לאָמיר גענענען צו אײנעם פֿון די ערטער, און מיר װעלן נעכטיקן אין גִבֿעָה אָדער אין רָמָה.
14זײַנען זײ װײַטער געגאַנגען און זײַנען אַװעק; און די זון איז זײ אונטערגעגאַנגען בײַ גִבֿעָה װאָס געהערט צו בנימין. 15און זײ האָבן פֿאַרקערט אַהין, כּדי אַרײַנצוגײן נעכטיקן אין גִבֿעָה. און ער איז אַרײַנגעגאַנגען, און האָט זיך געזעצט אין מאַרק פֿון שטאָט, אָבער קײן מענטש האָט זײ נישט אַרײַנגענומען אין הױז נעכטיקן. 16ערשט אַן אַלטער מאַן קומט אָן פֿון זײַן אַרבעט אין פֿעלד, אין אָװנט; און דער מאַן איז געװען פֿון דעם געבערג פֿון אפֿרים, נאָר ער האָט זיך אױפֿגעהאַלטן אין גִבֿעָה; און די מענטשן פֿון דעם אָרט זײַנען געװען בנימינער. 17און װי ער האָט אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט דערזען דעם מאַן דעם דורכגײער אױפֿן מאַרק פֿון שטאָט, אַזױ האָט דער אַלטער מאַן געזאָגט: װוּהין גײסטו? און פֿון װאַנען קומסטו? 18האָט ער צו אים געזאָגט: מיר גײען אַריבער פֿון בֵית-לֶחֶם-יהוּדה צום עק געבערג פֿון אפֿרים. איך בין פֿון דאָרטן, און איך בין געגאַנגען קײן בֵית-לֶחֶם-יהוּדה, און צו ה׳ס הױז גײ איך, און קײן מענטש נעמט מיך נישט אַרײַן אין הױז. 19און פֿאַראַן אי שטרױ אי פֿוטער פֿאַר אונדזערע אײזלען, און פֿאַראַן אױך ברױט און װײַן פֿאַר מיר, און פֿאַר דײַן דינסט, און פֿאַר דעם יונג װאָס מיט דײַנע קנעכט; עס פֿעלט נישט קײן זאַך. 20האָט דער אַלטער מאַן געזאָגט: פֿריד צו דיר! אַלע דײַנע באַדערפֿענישן זאָלן נאָר זײַן אױף מיר; נאָר אױפֿן מאַרק זאָלסטו נישט נעכטיקן.
21און ער האָט אים געבראַכט אין זײַן הױז, און האָט פֿאַרמישט פֿוטער פֿאַר די אײזלען; און זײ האָבן געװאַשן זײערע פֿיס, און האָבן געגעסן און געטרונקען.
22זײ טוען אַזױ װױל זײער האַרץ, ערשט די מענטשן פֿון שטאָט, מענטשן נידערטרעכטיקע יונגען, האָבן אַרומגערינגלט דאָס הױז, קלאַפּנדיק אױף דער טיר, און זײ האָבן געזאָגט צו דעם אַלטן מאַן דעם בַעַל־הבית, אַזױ צו זאָגן: ברענג אַרױס דעם מאַן װאָס איז געקומען אין דײַן הױז, כּדי מיר זאָלן אים דערקענען. 23איז אַרױסגעגאַנגען צו זײ דער מאַן דער בַעַל־הבית, און האָט צו זײ געזאָגט: נישט, ברידער! איר זאָלט נישט טאָן קײן בײז, איך בעט אײַך, נאָך דעם אַז דער דאָזיקער מאַן איז געקומען אין מײַן הױז; איר זאָלט נישט טאָן די דאָזיקע נבֿלה. 24אָט איז מײַן טאָכטער די יונגפֿרױ, און זײַן קעפּסװײַב; לאָמיך, איך בעט אײַך, זײ אַרױסברענגען, און פּײַניקט זײ, און טוט צו זײ װאָס איז גוט אין אײַערע אױגן, נאָר דעם דאָזיקן מאַן זאָלט איר נישט טאָן די דאָזיקע שענדלעכע זאַך.
25אָבער די מענטשן האָבן נישט געװאָלט צוהערן צו אים. האָט דער מאַן אָנגענומען זײַן קעפּסװײַב, און אַרױסגעבראַכט צו זײ דערױסן; און זײ האָבן זי דערקענט, און האָבן זי געמאַטערט אַ גאַנצע נאַכט ביז באַגינען, און זי אַװעקגעלאָזט װען דער פֿרימאָרגן איז אױפֿגעגאַנגען. 26און די פֿרױ איז געקומען אין אָנהײב באַגינען, און איז אַנידערגעפֿאַלן און געלעגן אין אײַנגאַנג פֿון דעם מאַנס הױז װאָס איר האַר איז דאָרטן געװען, ביז עס איז געװאָרן ליכטיק.
27און איר האַר איז אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי, און האָט געעפֿענט די טירן פֿון הױז, און איז אַרױסצוגײן אױף זײַן װעג, ערשט די פֿרױ, זײַן קעפּסװײַב, ליגט אַנידערגעפֿאַלן אין אײַנגאַנג פֿון הױז מיט אירע הענט אױפֿן שװעל. 28האָט ער צו איר געזאָגט: שטײ אױף, און לאָמיר גײן; אָבער קײנער ענטפֿערט נישט. האָט ער זי אַרױפֿגענומען אױפֿן אײזל; און דער מאַן איז אױפֿגעשטאַנען, און איז אַװעק צו זײַן הײם.
29און ער איז געקומען אין זײַן הױז, און האָט גענומען דעם שלאַכטמעסער, און האָט אָנגענומען זײַן קעפּסװײַב, און האָט זי צעשניטן אױף אירע גלידער, אין צװעלף שטיקער, און האָט זי פֿונאַנדערגעשיקט אין גאַנצן געמאַרק פֿון יִשׂרָאֵל. 30און עס איז געװען, איטלעכער װאָס האָט עס געזען, האָט געזאָגט: אַזױ-װאָס איז נישט געשען און נישט געזען געװאָרן פֿון דעם טאָג װאָס די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם ביז אױף הײַנטיקן טאָג. באַטראַכט אײַך װעגן דעם, האַלט אַן עצה, און רעדט!
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025