YouVersion လိုဂို
ရွာရန္ အိုင္ကြန္

שְמוֹת ו

ו
1האָט ה׳ געזאָגט צו משהן: אַצונד װעסטו זען װאָס איך װעל טאָן צו פַּרעהן; װאָרום דורך אַ שטאַרקער האַנט װעט ער זײ אַװעקלאָזן, און דורך אַ שטאַרקער האַנט װעט ער זײ אַרױסטרײַבן פֿון זײַן לאַנד.
וָאֵרָא
2און אלֹקים האָט גערעדט צו משהן, און האָט צו אים געזאָגט: איך בין ה׳; 3און איך האָב זיך באַװיזן צו אבֿרהמען, צו יִצחָקן, און צו יעקבֿן, װי אֵל שַדַי, אָבער מיט מײַן נאָמען ה׳ האָב איך זיך נישט געלאָזט דערקענען צו זײ. 4און איך האָב אױך אױפֿגעשטעלט מײַן בְּרִית מיט זײ, זײ צו געבן דאָס לאַנד כּנַעַן, דאָס לאַנד פֿון זײער איבערזײַן, װאָס זײ האָבן דערין איבערזײַן. 5און איך האָב אױך געהערט דאָס קרעכצן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס די מִצרַיִם פֿאַרקנעכטן זײ, און איך האָב געדאַכט אָן מײַן בְּרִית.#ברֵאשִית 12‏.1‏-3; 12‏.7; 15‏.12‏-21; 17‏.1‏-27; 22‏.15‏-18 6דערום זאָג צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: איך בין ה׳, און איך װעל אײַך אַרױסציען פֿון אונטער די לאַסטן פֿון מִצרַיִם, און װעל אײַך מציל זײַן פֿון זײער קנעכטשאַפֿט, און איך װעל אײַך אױסלײזן מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם, און מיט גרױסע משפּטים. 7און איך װעל אײַך נעמען צו מיר פֿאַר אַ פֿאָלק, און איך װעל אײַך זײַן צום אלֹקים; און איר װעט װיסן, אַז איך בין ה׳ אלוקיכם, װאָס האָט אײַך אַרױסגעצױגן פֿון אונטער די לאַסטן פֿון מִצרַיִם. 8און איך װעל אײַך ברענגען אין דעם לאַנד, װאָס איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן האַנט, עס צו געבן צו אבֿרהמען, צו יִצחָקן, און צו יעקבֿן, און איך װעל עס געבן צו אײַך פֿאַר אַן אַרב; איך בין ה׳.
9האָט משה אַזױ גערעדט צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אָבער זײ האָבן נישט צוגעהערט צו משהן פֿון קורץ געמיט און פֿון שװערער אַרבעט.
10און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 11גײ רעד צו פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, ער זאָל אַװעקלאָזן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון זײַן לאַנד. 12האָט משה גערעדט פֿאַר ה׳, אַזױ צו זאָגן: זע, די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן נישט צוגעהערט צו מיר, הײַנט װי װעט פַּרעה מיך צוהערן, אַז איך האָב פֿאַרשטאָפּטע ליפּן?
13און ה׳ האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, און זײ באַפֿױלן צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און צו פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, כּדי אַרױסצוציען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, פֿון לאַנד מִצרַיִם.
14דאָס זײַנען די הױפּטן פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער: די זין פֿון ראובֿן, יִשׂרָאֵלס בכוֹר: חַנוֹך, און פַּלוא, חֶצרוֹן, און כַּרמי. דאָס זײַנען די משפּחות פֿון ראובֿן. 15און די זין פֿון שמעונען: ימואֵל, און יָמין, און אוֹהַד, און יָכין, און צוֹחַר, און שָאול דער זון פֿון אַ כּנַעֲנית. דאָס זײַנען די משפּחות פֿון שמעון. 16און דאָס זײַנען די נעמען פֿון לֵוִיס זין, לױט זײערע געבורטן: גֵרשוֹן, און קהָת, און מרָרי. און די יאָרן פֿון לֵוִיס לעבן זײַנען געװען הונדערט און זיבן און דרײַסיק יאָר. 17די זין פֿון גֵרשוֹנען: לִבֿני, און שִמְעִי, לױט זײערע משפּחות. 18און די זין פֿון קהָתן: עַמרָם, און יִצהָר, און חֶבֿרוֹן, און עוזיאֵל. און די יאָרן פֿון קהָתעס לעבן זײַנען געװען הונדערט און דרײַ און דרײַסיק יאָר. 19און די זין פֿון מרָרין: מַחלי, און מושי. דאָס זײַנען די משפּחות פֿון לֵוִי לױט זײערע געבורטן. 20און עַמרָם האָט זיך גענומען זײַן מומע יוֹכֶבֿדן פֿאַר אַ װײַב, און זי האָט אים געבאָרן אַהרֹנען און משהן. און די יאָרן פֿון עַמרָמס לעבן זײַנען געװען הונדערט און זיבן און דרײַסיק יאָר. 21און די זין פֿון יִצהָרן: קֹרַח, און נֶפֶֿג, און זִכרי. 22און די זין פֿון עוזיאֵלן: מישָאֵל, און אֶלצָפָֿן, און סִתרי. 23און אַהרן האָט זיך גענומען אֶלישֶבַע די טאָכטער פֿון עַמינָדָבֿן, די שװעסטער פֿון נַחשוֹנען, פֿאַר אַ װײַב, און זי האָט אים געבאָרן נָדָבֿן, און אַבֿיהואן, אֶלעָזָרן, און איתָמָרן. 24און די זין פֿון קֹרַחן: אַסיר, און אֶלקָנָה, און אַביאָסָף. דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די קָרַחים. 25און אֶלעָזָר דער זון פֿון אַהרֹנען האָט זיך גענומען אײנע פֿון די טעכטער פֿון פּוטיאֵלן זיך פֿאַר אַ װײַב; און זי האָט אים געבאָרן פּינְחסן. דאָס זײַנען די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די לוִיִים לױט זײערע משפּחות. 26דאָס זײַנען אַהרן און משה, װאָס ה׳ האָט צו זײ געזאָגט: ציט אַרױס די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון לאַנד מִצרַיִם לױט זײערע מחנות. 27זײ זײַנען דאָס די װאָס האָבן גערעדט צו פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, כּדי אַרױסצוציען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון מִצרַיִם. דאָס זײַנען משה און אַהרן.
28און עס איז געװען אין דעם טאָג װאָס ה׳ האָט גערעדט צו משהן אין לאַנד מִצרַיִם. 29האָט ג-ט געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: איך בין ה׳; רעד צו פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם אַלץ װאָס איך רעד צו דיר. 30האָט משה געזאָגט פֿאַר ה׳: איך האָב דאָך פֿאַרשטאָפּטע ליפּן, און װי װעט פַּרעה צוהערן צו מיר?

လက္ရွိေရြးခ်ယ္ထားမွု

שְמוֹת ו: OYT2023

အေရာင္မွတ္ခ်က္

မၽွေဝရန္

ကူးယူ

None

မိမိစက္ကိရိယာအားလုံးတြင္ မိမိအေရာင္ခ်ယ္ေသာအရာမ်ားကို သိမ္းဆည္းထားလိုပါသလား။ စာရင္းသြင္းပါ (သို႔) အေကာင့္ဝင္လိုက္ပါ