1
מארקוס 13:13
דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה
OYBC
און איר וועט זיין פארהאסט פון אלעמען צוליב מיין נאמען; ווער אבער עס וועט אויסהאלטן ביז צום סוף, דער וועט געראטעוועט ווערן.
Compare
Avasta מארקוס 13:13
2
מארקוס 33:13
גיט אכטונג, שלאפט נישט און טוט תפילה! ווארום איר ווייסט נישט ווען די צייט איז.
Avasta מארקוס 13:33
3
מארקוס 11:13
און ווען מען וועט אייך פירן און איבערגעבן, זאלט איר זיך נישט מאכן קיין זארגן פארויס, וואס איר זאלט רעדן, נאר וואס עס וועט אייך געגעבן ווערן אין יענער שעה, דאס רעדט. ווארום נישט איר זענט עס, וואס רעדן, נאר דער רוח הקודש.
Avasta מארקוס 13:11
4
מארקוס 31:13
דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, אבער מיינע ווערטער וועלן נישט פארגיין.
Avasta מארקוס 13:31
5
מארקוס 32:13
נאר וועגן יענעם טאג אדער שעה ווייסט קיינער נישט, נישט אפילו די מלאכים אין הימל, נישט דער זון (פון דער אויבערשטער), אחוץ דער פאטער.
Avasta מארקוס 13:32
6
מארקוס 7:13
און ווען איר וועט הערן וועגן מלחמות און שמועות פון מלחמות, זאלט איר זיך נישט דערשרעקן; דאס מוז געשען; נאר עס איז נאך נישט דער סוף.
Avasta מארקוס 13:7
7
מארקוס 35:13-37
דעריבער וואכט, ווארום איר ווייסט נישט ווען דער בעל הבית קומט, צי אין אוונט, אדער אינמיטן דער נאכט, אדער ווען דער האן קרייעט, אדער אין דער פרי; טאמער וועט ער פלוצלונג קומען, און אייך געפינען שלאפנדיקע. און וואס איך זאג אייך, זאג איך אלעמען: וואכט!
Avasta מארקוס 13:35-37
8
מארקוס 8:13
ווארום א פאלק וועט אויפשטיין קעגן א פאלק, און מלוכה קעגן מלוכה; עס וועלן זיין ערדציטערנישן דא און דארטן; עס וועלן זיין הונגערנויטן; די דאזיקע זענען דער אנהויב פון די ווייען.
Avasta מארקוס 13:8
9
מארקוס 10:13
און צווישן אלע פעלקער מוז צום ערשט די גוטע בשורה אנגעזאגט ווערן.
Avasta מארקוס 13:10
10
מארקוס 6:13
א סך וועלן קומען אין מיין נאמען, און זאגן: איך בין עס, און וועלן א סך פארפירן.
Avasta מארקוס 13:6
11
מארקוס 9:13
איר אבער גיט אכטונג אויף זיך אליין! מען וועט אייך איבערגעבן צום סנהדרין; און מען וועט אייך געבן מלקות אין די שולן; און איר וועט געשטעלט ווערן פאר גובערנאטארן און מלכים צוליב מיר, פאר אן עדות צו זיי.
Avasta מארקוס 13:9
12
מארקוס 22:13
ווארום עס וועלן אויפשטיין פאלשע משיחים און פאלשע נביאים, און וועלן טאן נסים און וואונדער, כדי צו פארפירן, אויב מעגלעך, די אויסדערוויילטע.
Avasta מארקוס 13:22
13
מארקוס 24:13-25
נאר אין יענע טעג, נאך יענער צרה, וועט די זון פארפינסטערט ווערן, און די לבנה וועט נישט געבן איר ליכט, (ישעיהו יג, י.) און די שטערן וועלן פאלן פון הימל, און די קרעפטן אין הימל וועלן דערשיטערט ווערן. (ישעיהו לד, ד.)
Avasta מארקוס 13:24-25