1
מארקוס 45:10
דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה
OYBC
ווארום אפילו דער בר אנש איז נישט געקומען באדינט צו ווערן, נאר צו דינען, און צו געבן זיין לעבן ווי אן אויסלייז פאר פילע.
Compare
Avasta מארקוס 10:45
2
מארקוס 27:10
יהושע/ישוע האט א קוק געטאן אויף זיי און זאגט: ביי מענטשן איז עס אוממעגלעך, נאר נישט ביי ה׳; ווארום אלץ איז מעגלעך ביי ה׳.
Avasta מארקוס 10:27
3
מארקוס 52:10
און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: גיי; דיין גלויבן האט דיר געהאלפן! און תיכף איז ער זעענדיק געווארן, און האט אים נאכגעפאלגט אויפן וועג. (ישעיהו מב, ו-ז.)
Avasta מארקוס 10:52
4
מארקוס 9:10
דעריבער וואס ה׳ האט מזווג געווען, דאס זאל קיין מענטש נישט צעשיידן!
Avasta מארקוס 10:9
5
מארקוס 21:10
און יהושע/ישוע האט אויף אים א בליק געטאן און אים ליב געקריגן, און געזאגט צו אים: איין זאך פעלט דיר; גיי, פארקויף אלץ, וואס דו האסט, און גיב עס צו די ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, און פאלג מיר נאך!
Avasta מארקוס 10:21
6
מארקוס 51:10
און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: וואס ווילסטו, אז איך זאל דיר טאן? און דער בלינדער האט צו אים געזאגט: רבוני, אז איך זאל זעענדיק ווערן!
Avasta מארקוס 10:51
7
מארקוס 43:10
ביי אייך אבער איז עס נישט אזוי; נאר ווער עס וועט וועלן ווערן א גדול צווישן אייך, וועט ער זיין אייער משרת
Avasta מארקוס 10:43
8
מארקוס 15:10
באמת זאג איך אייך: ווער עס וועט נישט אויפנעמען דאס קעניגרייך פון ה׳ ווי א קליין קינד, דער וועט בשום אופן נישט אריינגיין דערין!
Avasta מארקוס 10:15
9
מארקוס 31:10
אבער א סך ערשטע וועלן זיין לעצטע; און די לעצטע ערשטע.
Avasta מארקוס 10:31
10
מארקוס 6:10-8
פון אנהויב פון דער באשאפונג אבער האט ה׳ זיי באשאפן זכר און נקבה. (בראשית א, כז.) דערפאר וועט א מענטש פארלאזן זיין פאטער און די מוטער, און זיך באהעפטן מיט זיין ווייב, און די צוויי וועלן זיין איין פלייש (בראשית ב, כד.); אזוי זענען זיי מער נישט צוויי, נאר איין פלייש.
Avasta מארקוס 10:6-8