1
רוימער בריוו 23:6
דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה
OYBC
ווארום דער שכר פון זינד איז דער טויט, אבער דאס אייביקע לעבן איז ה׳ס מתנה אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.
Comparar
Explorar רוימער בריוו 6:23
2
רוימער בריוו 14:6
ווייל די זינד וועט נישט קעניגן איבער אייך, ווארום איר זענט נישט אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ, נאר אונטער דעם חסד.
Explorar רוימער בריוו 6:14
3
רוימער בריוו 4:6
מיר זענען דעריבער נקבר געווארן מיט אים דורך דער מקווה צום טויט, כדי, ווי משיח איז אויפגעוועקט געווארן פון די טויטע דורך דעם כבוד פונם פאטער, אזוי זאלן אויך מיר גיין באנייטע אין לעבן.
Explorar רוימער בריוו 6:4
4
רוימער בריוו 13:6
אויך זאלט איר נישט איבערגעבן אייערע אברים ווי כלי זין פון רשעות צו זינד, נאר גיט אייך איבער צו ה׳, ווי לעבעדיק פון די טויטע און אייערע אברים ווי כלי זין פון צדקות צו ה׳.
Explorar רוימער בריוו 6:13
5
רוימער בריוו 6:6
וויסנדיק דאס דאזיקע, אז אונדזער אלטער מענטש איז צוזאמען מיט אים אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, כדי דער גוף פון זינד זאל פארניכטעט ווערן און מיר זאלן מער נישט זיין פארשקלאפט צו דער זינד
Explorar רוימער בריוו 6:6
6
רוימער בריוו 11:6
אזוי זאלט איר זיך אויך באטראכטן ווי טויט צו דער זינד, אבער לעבעדיק צו ה׳ אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.
Explorar רוימער בריוו 6:11
7
רוימער בריוו 1:6-2
וואס זשע זאלן מיר זאגן? זאלן מיר בלייבן אין דער זינד, כדי דער חסד זאל זיך פארמערן? חס ושלום! וויאזוי וועלן מיר, וואס זענען געשטארבן צו דער זינד, נאך לעבן אין איר?
Explorar רוימער בריוו 6:1-2
8
רוימער בריוו 16:6
צי ווייסט איר דען נישט, אז וועמען איר גיט זיך איבער ווי קנעכט צו געהארכן, זענט איר קנעכט (פון דעם), וועמען איר געהארכט: אדער פון זינד צום טויט, אדער פון געהארכזאמקייט צו צדקות?
Explorar רוימער בריוו 6:16
9
רוימער בריוו 17:6-18
אבער געלויבט זיי ה׳, אז איר וואס זענט געווען קנעכט פון דער זינד, זענט געווארן געהארכזאם פונם הארצן צו דעם פארבילד פון דער לערנונג, וואס איז אייך איבערגעגעבן געווארן; און זייענדיק באפרייט פון דער זינד, זענט איר משועבד געווארן צו צדקות.
Explorar רוימער בריוו 6:17-18