יְהוֹשועַ יז
יז
1און דאָס איז געװען דער גורל פֿאַר שבֿט מנַשֶה; װאָרעם ער איז געװען יוֹספֿס בכוֹר. פֿאַר מָכיר דעם בכוֹר פֿון מנַשֶהן, דעם פֿאָטער פֿון גִלעָד, װײַל ער איז געװען אַ מאַן פֿון מלחמה, פֿאַר אים איז געװען גִלעָד, און בָשָן. 2און דאָס איז געװען פֿאַר די איבעריקע קינדער פֿון מנַשֶה לױט זײערע משפּחות; פֿאַר די קינדער פֿון אַבֿיעֶזֶר, און פֿאַר די קינדער פֿון חֵלֶק, און פֿאַר די קינדער פֿון אַשׂריאֵל, און פֿאַר די קינדער פֿון שכֶם, און פֿאַר די קינדער פֿון חֵפֿר, און פֿאַר די קינדער פֿון שמידָע. דאָס זײַנען די קינדער פֿון מנַשֶה דעם זון פֿון יוֹספֿן, די מאַנספּאַרשױנען, לױט זײערע משפּחות.
3און צלָפֿחָד דער זון פֿון חֵפֿר, דעם זון פֿון גִלעָד, דעם זון פֿון מָכיר, דעם זון פֿון מנַשֶהן, האָט נישט געהאַט קײן זין נאָר בלױז טעכטער; און דאָס זײַנען די נעמען פֿון זײַנע טעכטער: מַחלָה, און נוֹעָה, חָגלָה, מִלכָּה, און תִּרצָה. 4האָבן זײ גענענט פֿאַר אֶלעָזָר דעם כּהן, און פֿאַר יְהוֹשועַ דעם זון פֿון נון, און פֿאַר די פֿירשטן, אַזױ צו זאָגן: ה׳ האָט באַפֿױלן משהן, אונדז צו געבן אַ נחלה צװישן אונדזערע ברידער. האָט ער זײ געגעבן לױט דעם מױל פֿון ה׳ אַ נחלה צװישן די ברידער פֿון זײער פֿאָטער. 5און צען טײלן זײַנען געפֿאַלן אױף מנַשֶה, אַחוץ דאָס לאַנד גִלעָד, און בָשָן, װאָס פֿון יענער זײַט יַרדן;
6װײַל די טעכטער פֿון מנַשֶה האָבן געקריגן אַ נחלה צװישן זײַנע זין. און דאָס לאַנד גִלעָד איז געװען פֿאַר די איבעריקע קינדער פֿון מנַשֶה.
7און דער געמאַרק פֿון מנַשֶה איז געװען פֿון אָשֵר ביז מִכמתָת װאָס פֿאַר שכֶם; און דער געמאַרק איז געגאַנגען רעכטס צו די באַװױנער פֿון עֵין-תַּפּוחַ – 8צו מנַשֶה האָט געהערט דאָס לאַנד פֿון תַּפּוחַ; אָבער תַּפּוחַ בײַם געמאַרק פֿון מנַשֶה האָט געהערט צו די קינדער פֿון אפֿרים – 9און דער געמאַרק האָט אַראָפּגענידערט צום טײַך קָנָה, צו דָרום פֿון טײַך, פֿאַרבײַ יענע שטעט װאָס האָבן געהערט צו אפֿרים אין מיטן פֿון די שטעט פֿון מנַשֶה. און דער געמאַרק פֿון מנַשֶה איז געװען אין צפֿון פֿון טײַך, און זײַן אױסלאָז איז געװען בײַם ים. 10צו דָרום איז געװען אפֿרימס, און צו צפֿון מנַשֶהס; און דער ים איז געװען זײַן געמאַרק. און זײ האָבן זיך אָנגעשטױסן אָן אָשֵר אין צפֿון, און אָן יִשׂשָׂכָר אין מזרח. 11און צו מנַשֶה האָבן געהערט אין יִשׂשָׂכָר, און אין אָשֵר, בֵית-שְאָן און אירע טעכטערשטעט, און יִבֿלְעָם און אירע טעכטערשטעט, און די באַװױנער פֿון דוֹר און אירע טעכטערשטעט, און די באַװױנער פֿון עֵין-דוֹר און אירע טעכטערשטעט, און די באַװױנער פֿון תַּעֲנָך און אירע טעכטערשטעט, און די באַװױנער פֿון מגִדוֹ און אירע טעכטערשטעט – די דרײַ געגנטן. 12אָבער די קינדער פֿון מנַשֶה האָבן נישט געקענט פֿאַרטרײַבן די דאָזיקע שטעט, װײַל דער כּנַעֲני איז באַשטאַנען צו בלײַבן זיצן אין דעם דאָזיקן לאַנד. 13און עס איז געװען, אַז די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געװאָרן שטאַרקער, האָבן זײ געמאַכט דעם כּנַעֲני צו צינז, אָבער פֿאַרטרײַבן האָבן זײ אים נישט פֿאַרטריבן.
14און די קינדער פֿון יוֹסף האָבן גערעדט צו יְהוֹשועַן, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס גיסטו מיר פֿאַר אַ נחלה אײן גורל און אײן חלק, װען איך בין פֿיל פֿאָלק, װײַל ה׳ האָט מיך אַזױ געבענטשט? 15האָט יְהוֹשועַ צו זײ געזאָגט: אױב דו ביסט פֿיל פֿאָלק, גײ דיר אַרױף צום װאַלד, און װעסט דיר אױסהאַקן פֿון דאָרטן, אין לאַנד פֿון דעם פּרִזי און די רפֿאים, אױב דיר איז ענג דאָס געבערג פֿון אפֿרים. 16האָבן די קינדער פֿון יוֹסף געזאָגט: אונדז װעט נישט קלעקן דאָס געבערג; און אײַזערנע רײַטװעגן זײַנען דאָ בײַ אַלע כּנַעֲנים װאָס זיצן אין לאַנד פֿון טאָל, בײַ די װאָס אין בֵית-שְאָן און אירע טעכטערשטעט, און בײַ די װאָס אין טאָל יִזרְעֶאל. 17האָט יְהוֹשועַ געזאָגט צום הױז פֿון יוֹסף, צו אפֿרים און צו מנַשֶה, אַזױ צו זאָגן: פֿיל פֿאָלק ביסטו און גרױס כּוֹח האָסטו; װעסט האָבן נישט אײן גורל, 18נײַערט דאָס געבערג װעט געהערן צו דיר; װי עס איז װאַלד, װעסטו עס אױסהאַקן, און צו דיר װעט געהערן װאָס װעט אַרױסקומען דערפֿון; װאָרעם װעסט פֿאַרטרײַבן דעם כּנַעֲני, װי ער האָט אײַזערנע רײַטװעגן, װי ער איז שטאַרק.
Currently Selected:
יְהוֹשועַ יז: OYNEVIIM
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025