שמוּאֵל אַ ג
ג
1און דער ייִנגל שמוּאֵל האָט געדינט ה׳ לעבן עלין; און ה׳ס װאָרט איז געװען זעלטן אין יענע טעג. קײן אָפֿטע זעונג איז נישט געװען. 2און עס איז געװען אין יענע טעג, װען עלי איז געלעגן אױף זײַן אָרט – און זײַנע אױגן האָבן אָנגעהױבן טונקל װערן; ער האָט נישט געקענט זען – 3און דאָס ליכט פֿון אלֹקים איז נאָך נישט געװען אױסגעגאַנגען, און שמוּאֵל איז געלעגן אין הֵיכל פֿון ה׳, װאָס דאָרטן איז געװען דער אָרון פֿון אלֹקים. 4האָט ה׳ גערופֿן צו שמוּאֵלן; האָט ער געזאָגט: דאָ בין איך. 5און ער איז צוגעלאָפֿן צו עלין, און האָט געזאָגט: דאָ בין איך; האָסט דאָך מיך גערופֿן. האָט ער געזאָגט: איך האָב נישט גערופֿן; לײג זיך צוריק. איז ער געגאַנגען און האָט זיך געלײגט.
6האָט ה׳ װידער גערופֿן שמוּאֵלן, און שמוּאֵל איז אױפֿגעשטאַנען און איז צוגעגאַנגען צו עלין, און האָט געזאָגט: דאָ בין איך; האָסט דאָך מיך גערופֿן. האָט ער געזאָגט: איך האָב נישט גערופֿן, מײַן זון; לײג זיך צוריק.
7און שמוּאֵל האָט נאָך נישט געקענט ה׳, און דאָס װאָרט פֿון ה׳ האָט זיך נאָך נישט געהאַט אַנטפּלעקט צו אים.
8האָט ה׳ װידער גערופֿן שמוּאֵלן צום דריטן מאָל. און ער איז אױפֿגעשטאַנען, און איז צוגעגאַנגען צו עלין, און האָט געזאָגט: דאָ בין איך; האָסט דאָך מיך גערופֿן. האָט עלי פֿאַרשטאַנען אַז ה׳ רופֿט דעם ייִנגל. 9און עלי האָט געזאָגט צו שמוּאֵלן: גײ לײג זיך; און עס װעט זײַן, אַז מע װעט רופֿן צו דיר, זאָלסטו זאָגן: רעד, ה׳, װאָרעם דײַן קנעכט הערט. איז שמוּאֵל געגאַנגען און האָט זיך געלײגט אױף זײַן אָרט. 10און ה׳ איז געקומען און האָט זיך אַװעקגעשטעלט, און האָט גערופֿן אַזױ װי די פֿריִערדיקע מאָל: שמוּאֵל! שמוּאֵל! האָט שמוּאֵל געזאָגט: רעד, װאָרעם דײַן קנעכט הערט. 11האָט ה׳ געזאָגט צו שמוּאֵלן: זע, איך טו אַ זאַך אין יִשׂרָאֵל, אַז איטלעכער װאָס הערט עס, װעלן קלינגען זײַנע בײדע אױערן. 12אין יענעם טאָג װעל איך מקײם זײַן אױף עלין אַלץ װאָס איך האָב גערעדט װעגן זײַן הױז, פֿון אָנהײב ביזן סוף. 13װאָרעם איך האָב אים אָנגעזאָגט אַז איך פֿאַרמשפּט זײַן הױז אױף אײביק, פֿאַר דער זינד, װאָס ער האָט געװוּסט אַז זײַנע זין ברענגען אַ קללה אױף זיך, און האָט זײ נישט געװערט. 14און דערום האָב איך געשװאָרן אױף עליס הױז: אױב די זינד פֿון עליס הױז װעט פֿאַרגעבן װערן דורך שלאַכטאָפּפֿער אָדער דורך שפּײַזאָפּפֿער אױף אײביק!
15און שמוּאֵל איז געלעגן ביז אין דער פֿרי, און ער האָט געעפֿנט די טירן פֿון ה׳ס הױז. און שמוּאֵל האָט מורא געהאַט צו דערצײלן די זעונג צו עלין. 16האָט עלי גערופֿן שמוּאֵלן, און האָט געזאָגט: שמוּאֵל מײַן זון! האָט ער געזאָגט: דאָ בין איך. 17האָט ער געזאָגט: װאָס איז די זאַך װאָס ער האָט צו דיר גערעדט? זאָלסטו נישט פֿאַרלײקענען פֿון מיר, איך בעט דיך. זאָל דיר אלֹקים טאָן אַזױ און נאָך מער, אױב דו װעסט פֿון מיר פֿאַרלײקענען אַ װאָרט פֿון אַלע װערטער װאָס ה׳ האָט צו דיר גערעדט. 18האָט שמוּאֵל אים דערצײלט אַלע װערטער, און נישט פֿאַרלײקנט פֿון אים. און ער האָט געזאָגט: ער איז ה׳; װאָס איז גוט אין זײַנע אױגן, זאָל ער טאָן.
19און שמוּאֵל איז געװאַקסן, און ה׳ איז געװען מיט אים, און ער האָט פֿון אַלע זײַנע װערטער נישט געלאָזט פֿאַלן צו דער ערד. 20און גאַנץ יִשׂרָאֵל פֿון דָן און ביז באֵר-שֶבַֿע האָט געװוּסט אַז שמוּאֵל איז באַגלױבט געװאָרן פֿאַר אַ נבֿיא פֿון ה׳. 21און ה׳ האָט זיך װידער באַװיזן אין שילוֹ; װאָרעם ה׳ האָט זיך אַנטפּלעקט צו שמוּאֵלן אין שילוֹ דורך דעם װאָרט פֿון ה׳.
Currently Selected:
שמוּאֵל אַ ג: OYNEVIIM
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025