קאלאסער בריוו 9:1-10
קאלאסער בריוו 9:1-10 OYBC
דערפאר אויך מיר, פון דעם טאג אָן, ווען מיר האבן עס געהערט, אויפהערן מיר נישט אויף תפילה צו טאן פאר אייערטוועגן און צו בעטן, אז איר זאלט אנגעפילט ווערן מיט דער דערקענטעניש פון זיין רצון אין יעדער חכמה און רוחניותדיקער פארשטענדיקייט, צו לעבן ווי עס איז ראוי פאר דעם האר, צו יעדער וואוילגעפעליקייט, און זיין פרוכטבאר אין אלע מעשים טובים און וואקסן אין דער דערקענטעניש פון ה׳





