ב טעסאלאניקער בריוו 3
3
קאפיטל דריי
1צום סוף, ברידער, זייט מתפלל פאר אונדז, אז דאס ווארט פון דעם האר זאל לויפן און פארהערלעכט ווערן, ווי ביי אייך; 2און אז מיר זאלן ניצול ווערן פון פארדארבענע און בייזע מענטשן; ווארום נישט אלע האבן די אמונה. 3געטריי אבער איז דער האר, וועלכער וועט אייך שטארקן און אפהיטן פון בייז. 4און מיר זענען בטוח וועגן אייך אינם האר, אז וואס מיר געביטן אייך, דאס טוט איר און וועט עס טאן. 5און זאל דער האר פירן אייערע הערצער צו דער ליבע פון ה׳ און צו דער סבלנות פון דעם משיח.
6און מיר באפעלן אייך, ברידער, אין דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח, אז איר זאלט זיך אפשיידן פון יעדן ברודער, וואס פירט אן אומארנטלעך לעבן און נישט לויט דער קבלה, וועלכע איר האט באקומען פון אונדז. 7ווארום איר אליין ווייסט, ווי איר דארפט אונדז נאכטאן; ווייל מיר האבן זיך נישט אויפגעפירט אומארנטלעך צווישן אייך; 8מיר האבן ביי קיינעם נישט געגעסן קיין ברויט אומזיסט, נאר מיט מי און מאטער, ארבעטנדיק ביינאכט און בייטאג, כדי מיר זאלן נישט פאלן קיינעם פון אייך צו לאסט; 9נישט ווייל מיר האבן נישט קיין רעכט, נאר כדי מיר אליין זאלן זיך אייך געבן פאר א ביישפיל, אונדז נאכצוטאן. 10ווארום אפילו ווען מיר זענען געווען ביי אייך, האבן מיר אייך דאס דאזיקע באפוילן, אז ווער עס וויל נישט ארבעטן, דער זאל אויך נישט עסן. 11ווארום מיר הערן, אז אייניקע צווישן אייך פירן זיך אויף אומארנטלעך, זיי ארבעטן נישט, נאר מישן זיך אין פרעמדע עסקים. 12אזעלכע אבער באפעלן מיר און ווארנען אינם האר יהושע/ישוע המשיח, אז זיי זאלן ארבעטן שטיל און עסן זייער אייגן ברויט. 13איר אבער, ברידער, ווערט נישט מיד צו טאן מעשים טובים. 14און אויב עמיצער איז נישט געהארכזאם צו אונדזער ווארט דורך דעם בריוו, זאלט איר דעם דאזיקן פארצייכענען, און זיך נישט מישן מיט אים, כדי ער זאל זיך שעמען. 15דאך זאלט איר אים נישט באטראכטן ווי קיין שונא, נאר שטראפט אים ווי א ברודער. 16און דער האר פון שלום אליין זאל אייך תמיד געבן שלום און בכל אופן. זאל דער האר זיין מיט אייך אלעמען.
17דער גרוס פון מיר, פוילוס, מיט מיין אייגענער האנט, וואס איז א סימן אין יעדן בריוו; אזוי שרייב איך. 18זאל דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח זיין מיט אייך אלעמען!
Currently Selected:
ב טעסאלאניקער בריוו 3: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.