YouVersion Logo
Search Icon

א טעסאלאניקער בריוו 5

5
קאפיטל פינף
1און וואס שייך די צייטן און זמנים, ברידער, דארפט איר נישט, אז מען זאל שרייבן צו אייך. 2ווארום איר אליין ווייסט גאנץ גענוי, אז דער טאג פון דעם האר קומט ווי א גנב אין דער נאכט. 3בשעת מען וועט זאגן: שלום און שלווה, וועט דעמאלט פלוצלונג קומען אויף זיי זייער בראך, ווי ווייען אויף א קימפעטארין, און זיי וועלן בשום אופן נישט אנטרונען. 4איר אבער זענט נישט אין דער פינצטערניש, אז דער טאג זאל אייך איבערראשן ווי א גנב; 5ווארום אלע זענט איר קינדער פונם ליכט און קינדער פונם טאג; מיר זענען נישט פון דער נאכט, אויך נישט פונם חושך; 6דעריבער לאמיר נישט שלאפן ווי די אנדערע, נאר וואכן און זיין ניכטער. 7ווארום די, וואס שלאפן, שלאפן ביינאכט; און די, וואס שכורן זיך אָן, שכורן זיך אָן ביינאכט. 8נאר ווייל מיר זענען פונם טאג, לאמיר זיין ניכטער, לאמיר זיך אנקליידן מיט דעם ברוסט שילד פון אמונה און ליבע, און, אלס א העלם, די האפענונג פון ישועה. 9ווייל ה׳ האט אונדז נישט באשטימט צו גרימצארן, נאר צום דערווערבן רעטונג דורך דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח, 10וועלכער איז געשטארבן פאר אונדזערטוועגן, כדי סאי צי מיר וואכן סאי צי מיר שלאפן, זאלן מיר לעבן צוזאמען מיט אים. 11טרייסט זשע זיך און בויט אויף איינער דעם אנדערן, ווי איר טוט עס אויך.
12מיר בעטן אייך אבער, ברידער, אז איר זאלט קענען די, וועלכע באמיען זיך צווישן אייך, און זענען די וואס זענען איבער אייך אינם האר און רעדן צו אייך דברי מוסר, 13און איר זאלט זיי צוטיילן זייער פיל כבוד מיט ליבע צוליב זייער ארבעט. האט שלום צווישן זיך. 14און מיר זענען אייך מזהיר, ברידער, איר זאלט ווארנען די אומרואיקע, שטארקן די ווייכהארציקע, אונטערלענען די שוואכע, זיין גרויסמוטיק לגבי אלעמען. 15זעט, אז קיינער זאל נישט אפצאלן קיינעמען שלעכטס פאר שלעכטס; נאר תמיד זאלט איר נאכיאגן דאס גוטע איינער פאר דעם אנדערן און פאר אלעמען. 16פריידט זיך תמיד; 17טוט תפילה אָן אויפהער; 18זייט דאנקבאר פאר אלעם; ווארום דאס איז ה׳ס רצון אינם משיח יהושע/ישוע פאר אייערטוועגן. 19לעשט נישט דעם גייסט; 20פאראכט נישט נבואות (זאגן); 21פרובירט אלץ אויס, האלט פעסט דאס גוטע; 22דערווייטערט זיך פון בייז אין יעדער געשטאלט.
23און דער ג‑ט פון שלום אליין זאל אייך הייליקן דורך און דורך; און זאל אייער גאנצער גייסט און נפש און גוף אפגעהיטן ווערן אָן א מום ביי דעם ווידערקומען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח. 24באגלויבט איז דער, וועלכער רופט אייך, וועלכער וועט עס אויך טאן.
25ברידער, זייט מתפלל פאר אונדז.
26גיט אפ שלום אלע ברידער מיט א הייליקן קוש. 27איך באשווער אייך ביי דעם האר, אז דער בריוו זאל איבערגעלייענט ווערן פאר אלע ברידער.
28דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח זאל זיין מיט אייך.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in