YouVersion Logo
Search Icon

א טעסאלאניקער בריוו 4

4
קאפיטל פיר
1און ווייטער, ברידער, בעטן מיר און זענען אייך מזהיר אינם האר יהושע/ישוע, אז ווי איר האט מקבל געווען פון אונדז, וויאזוי איר דארפט זיך לעבן וואוילגעפעלן צו ה׳—און טאקע אזוי ווי איר טוט דאס, אז איר זאלט עס פיל פארמערן. 2ווארום איר ווייסט (דאך) וואס פאר א געבאטן מיר האבן אייך געגעבן דורך דעם האר יהושע/ישוע. 3ווארום דאס דאזיקע איז ה׳ס רצון, אייער הייליקונג, אז איר זאלט זיך אפהאלטן פון זנות; 4אז יעדער איינער פון אייך זאל וויסן ווי צו האלטן זיין אייגענע כלי אין קדושה און מיט כבוד, 5נישט אין ליידנשאפטלעכע תאוות, ווי די אומות (העולם), וועלכע קענען נישט ה׳; 6און אז קיינער זאל נישט עובר זיין און באטריגן דעם ברודער זיינעם אין דער זאך; 7ווייל דער האר איז זיך נוקם אין אלע די דאזיקע פאלן, ווי מיר האבן עס אייך פריער געזאגט און אויסדריקלעך געווארנט. ווארום ה׳ האט אונדז נישט גערופן צו טומאה, נאר צו קדושה. 8דעריבער דער, וואס פאראכט עס, פאראכט נישט א מענטשן, נאר ה׳, וועלכער גיט אונדז אויך דעם רוח הקודש.
9און וואס שייך ברידערלעכער ליבע, באדארפט איר נישט, מען זאל שרייבן צו אייך, ווייל איר אליין זענט געלערנט פון ה׳, ליב צו האבן איינער דעם אנדערן; 10ווארום איר טוט עס אויך צו אלע ברידער אין גאנץ מאצעדאניען. נאר מיר בעטן אייך, אז איר זאלט נאך פיל מער טאן, 11און שטרעבן צו פירן א שטיל לעבן, און טאן דאס אייעריקע, און ארבעטן מיט אייערע אייגענע הענט, פונקט אזוי ווי מיר האבן אייך געבאטן, 12כדי איר זאלט פירן אנשטענדיק קעגן די, וואס זענען אין דרויסן, און נישט דארפן אנקומען צו קיינעם.
13און מיר ווילן נישט איר זאלט זיין אומוויסנד, ברידער, וועגן די, וועלכע זענען איינגעשלאפן, כדי איר זאלט נישט טרויערן, ווי די אנדערע, וואס האבן נישט קיין האפענונג. 14ווארום ווי מיר גלויבן, אז יהושע/ישוע איז געשטארבן און אויפגעשטאנען, אזוי וועט ה׳ ברענגען די איינגעשלאפענע אין יהושען/ישוען צוזאמען מיט אים. 15ווארום דאס דאזיקע זאגן מיר אייך אין א ווארט פון דעם האר, אז מיר, די לעבעדיקע, וואס בלייבן איבער ביז צום קומען פון דעם האר, וועלן בשום אופן נישט פארויסגיין די איינגעשלאפענע; 16ווייל דער האר אליין וועט אראפנידערן פון הימל, מיט א שאלן, מיט דעם קול פון דעם שר המלאכים, און מיט דעם שופר פון ה׳; און די טויטע אינם משיח וועלן אויפשטיין קודם כל; 17דאן מיר, די לעבעדיקע, וועלכע זענען איבערגעבליבן, וועלן צוזאמען מיט זיי ארויפגעכאפט ווערן אין די וואלקנס, צו באגעגענען דעם האר אין דער לופט; און אזוי וועלן מיר תמיד זיין מיט דעם האר. 18דערפאר זאלט איר טרייסטן איינער דעם אנדערן מיט די דאזיקע ווערטער.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in