YouVersion Logo
Search Icon

א טעסאלאניקער בריוו 3

3
קאפיטל דריי
1דערפאר, נישט קענענדיק עס לענגער אויסהאלטן, האבן מיר באשלאסן צו בלייבן אליין אין אטען; 2און האבן געשיקט טימאטעוסן דעם ברודער אונדזערן און ה׳ס מיטארבעטער אין דער גוטער בשורה פון דעם משיח, אייך צו שטארקן און טרייסטן וועגן אייער אמונה, 3כדי קיינער זאל זיך נישט וואקלען אין די דאזיקע צרות; ווארום איר ווייסט אליין, אז דערצו זענען מיר באשטימט. 4ווארום אפילו ווען מיר זענען געווען ביי אייך, האבן מיר אייך פארויסגעזאגט, אז מיר וועלן ליידן צרות; און אזוי איז עס געשען, ווי איר ווייסט. 5צוליב דעם, ווען איך האב עס שוין לענגער נישט געקענט דערטראגן, האב איך אויך געשיקט זיך צו דערוויסן וועגן אייער אמונה, טאמער האט אייך דער אויספרואווער אויסגעפרואווט, און אונדזער מי איז געווארן צו גארנישט. 6איצט אבער ווען טימאטעוס איז געקומען צו אונדז פון אייך, און אונדז אנגעזאגט די גוטע נייעס וועגן אייער אמונה און ליבע, און אז איר געדענקט אונדז שטענדיק צום גוטן, בענקענדיק אונדז צו זען, ווי מיר אייך, 7זענען מיר דעריבער געטרייסט געווארן, ברידער, מיט אייך, אין יעדער באדריקונג און צרה אונדזערער, דורך אייער אמונה; 8ווייל איצט לעבן מיר, ווען איר שטייט פעסט אינם האר. 9ווארום וואס פאר א שבח קענען מיר אפגעבן צו ה׳ פאר אייך, פאר דער גאנצער שמחה, מיט וועלכער מיר פרייען זיך צוליב אייך פאר אונדזער ג‑ט? 10ביינאכט און בייטאג טאן מיר זייער פיל מתפלל זיין, אז מיר זאלן זען אייער פנים און פארפאלקאמענען דאס, וואס פעלט (נאך) אין אייער אמונה.
11און זאל אונדזער ג‑ט און פאטער אליין און אונדזער האר יהושע/ישוע אונדז פירן אויף דעם וועג צו אייך; 12און אייך זאל דער האר מערן און איבערפליסן אין דער ליבע איינער צום אנדערן און צו אלעמען, ווי אויך אונדז צו אייך; 13כדי ער זאל באפעסטיקן אייערע הערצער, (צו זיין) אָן א מום אין קדושה פאר ג‑ט און אונדזער פאטער, ביים ווידערקומען פון אונדזער האר יהושע/ישוע מיט אלע זיינע קדושים.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in